שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיט א גרויסע משפחה מוז מען האבן א שווער לעבן?
חיזוק פאר פרויען, אמונה, קינדער, צרות, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע עלטערן האבן אויפגעשטעלט א גרויסע משפחה ברוך ה', אלע זענען גוטע און ערליכע, און בויען שיינע שטיבער, אויסער איינער וואס איז נעבעך אראפ פון וועג.


מיין מאמע האט באמת אסאך אסאך נחת, אבער זי ענדיגט נישט האבן דאגות פון יעדעס קינד באזונדער; איינער וואס וואוינט אין א פלאץ וואס איז מער מאדערן, און כאטש די קינדער זענען נאך קליין דאגה'ט זי. א צווייטע האט פראבלעמען אין פרנסה. א דריטע דאגה'ט זי אויף אן אייניקל וואס האט פראבלעמען, און אזוי ווייטער די רשימה איז לאנג, זי האט נישט קיין איין טאג מנוחה.


זי געבט אוועק אסאך כח און צייט צו העלפן יעדן, אלע קינדער קומען זיך דורכרעדן מיט איר, זיך אויסרעדן און אויסגיסן דאס הארץ, זי איז אסאך מתפלל אויף יעדן. אבער איך זע אז ס'איז איר זייער שווער.


איך טראכט צו זיך, אויב אזוי דארף טאקע זיין. אזוי דארף אויסקוקן א אידישע מאמע?! וואס מער קינדער אלץ מער דאגות, אלץ ווייניגער מנוחה? עס זעט אויס אז ס'ענדיגט זיך קיינמאל נישט, אז ביז 120 וועט אזוי אויסזען איר לעבן, און עס וועט נאר ווערן שווערער, ווייל עס קומען נאך איידעמער, נאך אייניקלעך, אלע וואקסן ב"ה, און אזוי ווייטער.


מיין שאלה איז אזוי, איז דא א וועג וואס איך קען איר ארויסהעלפן? און צווייטנס אויב אזוי וועט זיין אויך ביי מיר? אזוי זעט אויס די לעבן פון א מאמע וואס האט אסאך קינדער?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט א שטארקע שאלה, א וויכטיגע שאלה; א שאלה וואס אלע האבן.


דער ענטפער איז: "עס ווענדט זיך אינעם מענטש אליין"; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך אמונה, ער לעבט מיט אמונה; ער ווייסט אז דער אייבערשטער אליין פירט די וועלט, אלעס וואס פאסירט, אלעס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש איז פונעם אייבערשטן - דעמאלט איז דער לעבן זיס און שיין, דעמאלט איז נישט קיין חילוק וויפיל קינדער מען האט; מען ווייסט אז ווי מער קינדער מען האט אלץ מער נחת רוח מאכט מען פאר'ן אייבערשטן, מען ווערט נישט אויס און מען ווערט נישט צעפאלן ווען עס גייט נישט פונקט ווי מען האט זיך אויסגע'משל'ט.


דער אייבערשטער זאל אפהיטן, אויב מען נעמט ארויס די אמונה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען קוקט אויפ'ן לעבן אז זאכן פאסירן פון זיך אליין חס ושלום, דעמאלט עסט מען זיך אויף פון יעדע זאך; מען ווערט פאר'דאגה'ט און פארשווארצט, מען ווערט אלט און שוואך, דעמאלט איז אויך נישט קיין חילוק וויפיל קינדער מען האט; מען איז באזארגט סיי מיט קינדער און סיי אן קינדער, סיי א אידישע מאמע און סיי ווער עס זאל נאר זיין.


אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט אויפ'ן לעבן; מען קען האבן די זעלבע לעבן, די זעלבע קינדער, די זעלבע איבערגייאכץ און מען איז נישט פאר'דאגה'ט, מען איז נישט פארשווארצט, מען האט הנאה יעדע סעקונדע פונעם לעבן.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אמאל געוויזן פאר זיינע תלמידים ווי ווייט אלעס ווענדט זיך אינעם מענטש; ער איז צוגעגאנגען צו יענקל וואסער טרעגער און אים געפרעגט: "וואס מאכסטו יענקל?" געבט ער א קרעכץ און זאגט: "וואס קען איך שוין מאכן? ביי די אכציג יאר דארף איך שלעפן שווערע עמערס וואסער, איך שלעפ דאס ארויף אפאר שטאק, ממש די רוקן ברעכט זיך מיר, די פיס האלטן מיר שוין כמעט נישט, פארוואס דארף איך אזוי שווער ארבעטן?!" דער הייליגער בעל שם טוב הערט אים אויס און גייט ווייטער מיט די תלמידים. א וואך שפעטער גייט דער בעל שם טוב זי"ע נאכאמאל מיט די תלמידים און זאגט זיי: "קומט וועל איך אייך ווייזן אז אלעס האט מיט'ן מענטש אליין, ווי אזוי ער נעמט אויף זיין לעבן", דער בעל שם טוב זי"ע גייט ווידער צו צום וואסער טרעגער יענקל און פרעגט אים: "יענקל וואס הערט מען עפעס? וואס מאכסטו?" זאגט ער: "רבי, ווי קען איך קרעכצן? מיין לעבן איז מיר אזוי שיין, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן אזא גרינגע פרנסה, איך דארף גארנישט אינוועסטירן, איך שעפ אן וואסער ביים ברונעם אומזיסט און טראג דאס צו מענטשן און זיי צאלן מיר, אַה! - געבט ער א זאג - איך דאנק גאט פאר מיין זיסע לעבן", דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע הערט אים אויס און גייט ווייטער מיט די תלמידים, דערנאך האט ער זיי ערקלערט דאס פאלגנדע: "געבט א קוק, דאס איז דער זעלבער יענקל; צענדליגער יארן שלעפט ער די זעלבע שווערע עמערס וואסער, די זעלבע שטאקן דארף ער ארויפקריכן, אבער עס ווענדט זיך ווי אזוי ער נעמט דאס אן"; ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן איז מען פאר'דאגה'ט און מלא טענות, און ווען מען נעמט אריין די אמונה אין זיך, מען זוכט דאס גוטס, מען קוקט אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט - דאן איז מען פול מיט פרייד.


צדיקים טייטשן דאס וואס רש"י זאגט אויף שרה אמנו (בראשית כג, א): "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", אז עס איז איר שטענדיג גוט געווען; זי האט געוואוסט אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, ביי איר איז געווען בַּת ק' כְּבַת כ', וּבַת כ' כְּבַת ז' - אלע אירע יארן איז איר גוט געווען, מיט אלע שווערע ביטערע נסיונות איז געווען: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה".


שטארקטס אייך און שטארקטס אייער מאמע; רעדטס אסאך פונעם אייבערשטן וועט איר גרינגער מאכן פאר אייער מאמע זי זאל הנאה האבן פונעם לעבן, זי זאל אויסלעבן אירע יארן מיט נחת און פרייד.


בנוגע אייך וכו'; ווי מער איר וועט חזר'ן אין אייערע יונגע יארן אמונה, ווי מער איר וועט אריין נעמען אין זיך אמונה - וועט אייער לעבן זיין צוקערדיג און שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.