שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך האלט שוין נישט אויס די יסורים, ווער קען מיר העלפן?
לימוד התורה, רפואה, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס זאל איך שרייבן? איך שפיר אז איך האלט שוין מער נישט אויס די שרעקליכע יסורים. איך פיל ממש ווי איך שטארב צוביסלעך ח"ו, מיין גאנצע קערפער איז איינגעהילט אין שטארקע יסורים.


איך בין איינער אליין, קיינער קען מיר נישט פארשטיין. איך בין שוין ארומגעלאפן צו אזויפיל דאקטורים, און יעדער זאגט עפעס אנדערש, אזוי אז איך בין שוין אינגאנצן צעמישט. איך רעד צום אייבערשטן, איך הער נישט אויף זיך בעטן ביי אים אז איך דארף שוין א רפואה שלימה.


איך וויל שוין זיין צוריק אין ישיבה געזונטערהייט, איך וויל דער ראש ישיבה זאל מתפלל זיין פאר מיר!


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א רפואה שלימה בקרוב, דו זאלסט האבן אפגעקומען אלעס וואס דו דארפסט אפקומען מיט די צער און ווייטאג וואס דו גייסט אריבער.


איין זאך בעט איך דיר מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר: "האב נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן", ווייל אלעס וואס קומט אויפן מענטש איז פון הימל.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות ה:): רב הונא האט געהאט א גרויסער שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאגנען באזוכן און אים מחזק זיין. זיי האבן געזאגט פאר רב הונא: "לְעַיֵּן מַר בְּמִילֵיהּ", ער זאל תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן. האט רב הונא געפרעגט די חכמים: " מִי חַשִׁידְּנָא בְּעֵינֵייכוּ", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים געענטפערט: "וּמִי חָשִׁיד קוּדְשָׁא בְּרִיך הוּא דְעָבִיד דִּינָא בְּלֹא דִינָא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט?


זעט מען אז מען טאר נישט האבן קשיות אויפן אייבערשטן און פרעגן: "פארוואס?" "פארוואס דארף איך אזוי ליידן?" א גוי פרעגט: "פארוואס?" אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט אויפן פסוק (תהלים עט, י): "לָמָּה יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", א גוי זאגט "לָמָּה", אבער א איד זאגט: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט האט א חשבון".


ווען א מענטש האט א צרה דארף ער זיך מאכן א חשבון הנפש פארוואס דער אייבערשטער טוט דאס מיט אים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפז): אויפן פסוק (תהלים סב, יג): "וּלְךָ ה' חָסֶד כִּי אַתָּה תְשַׁלֵּם לְאִישׁ כְּמַעֲשֵׂהוּ", זאגט דער רבי: "הַיְינוּ שֶׁהוּא חֶסֶד גָדוֹל מֵאֵת הַשֵׁם יִתְבָּרַך שֶׁהוּא מְשַׁלֵּם לְאָדָם מִדָּה כְּנֶגֶד מִדָּה", עס איז זייער א גרויסער חסד אז דער אייבערשטער באצאלט פארן מענטש א שטראף מדה כנגד מדה, ווייל ווען דער מענטש באקומט ווען אן עונש סתם אזוי וואלט ער נישט געוואוסט אויף וואס ער דארף תשובה טון, אבער ווען דער עונש איז מיט א פונקטליכקייט, געוואנדן אויף וואס מען דארף תשובה טון, ווייסט דער מענטש אויף וואס ער דארף תשובה טון.


דער רבי זאגט ווייטער אז דאס איז נאר אין ארץ ישראל; 'ארץ ישראל' דאס גייט ארויף אויף אמונה. ווען א מענטש האט אמונה, ער גלייבט און ער ווייסט אז אלעס וואס קומט אויפן מענטש איז מיט א חשבון, און ער הייבט זיך אן מתבונן זיין וואס ער האט געטון אין לעבן, 'אפשר האב איך איינעם וויי געטון', ער זוכט אויף זיינע מעשים, ער טראכט דורך זיינע יארן, 'אפשר האב איך איינעם געטשעפעט וכו'' און ער בעט יענעם ער זאל אים מוחל זיין, אזוי קריכט ער ארויס סיי פון די שלעכטס וואס ער האט געטון און סיי פון די עונש.


דאס וואס דו גייסט אריבער צער אז דו ווייסט נישט צו וועם צו גיין, יעדער דאקטער זאגט עפעס אנדערש און דו גייסט שוין אזוי ארום מיט יסורים עטליכע יאר; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג): "ווען א מענטש וויל גיין צום דאקטער זיך היילן וכו', זאל ער געבן צדקה פאר ער גייט זיך היילן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה נה.): "בְּשָׁעָה שֶׁמְשַׁגְרִין יִסּוּרִין עַל הָאָדָם, מַּשְׁבִּיעִין אוֹתָן שֶׁלֹּא תֵּלְכוּ אֶלָּא בְּיוֹם פְּלוֹנִי, וְלֹא תֵּצְאוּ אֶלָּא בְּיוֹם פְּלוֹנִי, וּבְשָׁעָה פְּלוֹנִית, וְעַל יְדֵי פְּלוֹנִי, וְעַל יְדֵי סַם פְּלוֹנִי", ווען מען שיקט יסורים אויף א מענטש באשווערט מען די יסורים ווען זיי זאלן קומען אויפן מענטש און ווען זיי זאלן אוועק גיין פונעם מענטש, דורך וועלכע דאקטער און דורך וועלכע מעדעצין וכו' עס זאל אויסגעהיילט ווערן; פרעגט דער רבי, ווי אזוי קען א מענטש בכלל גיין צום דאקטער ווען ער ווייסט נישט צי ער איז בכלל דער דאקטער וואס מען האט באשוואוירן אים אויס צו היילן, און ווי אזוי קען דער דאקטער פארשרייבן א מעדעצין ווען ער ווייסט נישט צי דאס איז דער ריכטיגער סם וואס מען דארף געבן פארן חולה וכו'? זאגט דער רבי, אבער אז א מענטש מאכט א פדיון דעמאלט וועט דער דאקטער אים קענען אויסהיילן.


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר אז דו ווערסט שוין משוגע פון ארום לויפן צו דאקטורים, ווייל יעדער דאקטער זאגט עפעס אנדערש און ביז דערווייל גייסטו אריבער שרעקליכע יסורים, זאלסטו פאלגן דעם רבי'ן און מאכן א פדיון נפש וועסטו זוכה זיין צו האבן א רפואה.


ווער קען מאכן א פדיון נפש? ווער ווייסט בכלל וואס מיינט א פדיון נפש? נאר דער רבי; פון היינט אן, פאר דו גייסט צו א דאקטער זיך צו היילן זאלסטו געבן א פדיון נפש פארן רבי'ן. ווי קען מען היינט געבן א פדיון נפש פארן רבי'ן? אז מען געבט געלט צו דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. האלט א "קרן הדפסה" פושקע ביי דיר אין שטוב און ווען דו דארפסט גיין צום דאקטער זאלסטו לערנען די תורה אין ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ג, און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר אז דו זאלסט שוין זוכה זיין צו טרעפן דעם ריכטיגן שליח וואס וועט דיר אויסהיילן, און געב צדקה פאר א פדיון וועסטו האבן א רפואה שלימה בקרוב.


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט דרוקן זיינע ספרים, בפרט "אשר בנחל", זאגט ער צו א ישועה. געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו דרוקן צענדליגער כרכים פונעם ספר "אשר בנחל" בחייו פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. איך האב א שטארקע הכרת הטוב פאר די ספרים "אשר בנחל", ווייל איך האב זוכה געווען צו מקורב ווערן דורך "אשר בנחל – חלק כז". פאראיאר האב איך זוכה געווען צו דרוקן "אשר בנחל" אין אידיש; איך האב געדרוקט טויזנט כרכים פון זעקס בענדער, אין דעם איז געדרוקט אלע בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין אידיש - נאנט צו אכט הונדערט בריוו; כמעט אלע טויזענט סעטס האט מען שוין מפיץ געווען. יעצט גיי איך מיטן אייבערשטנס הילף נאכאמאל איבער דרוקן די זעקס בענדער אשר בנחל אין אידיש.


שטארק דיר מיט אמונה; דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט האבן א רפואה. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן אז מען זאל גיין לכל הפחות איין מאל א חודש אין שפיטאל צו מקיים זיין די מצוה פון ביקור חולים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים לט:) "כָּל הַמְבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה נִיצוֹל מְדִינָה שֶׁל גֵיהִנָם", ווער עס איז מבקר חולה ווערט ניצול פון גיהנום; פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז חוץ די מצוה וואס מען איז מקיים ביים באזוכן א חולה, ווערט דער מענטש פרייליך און ער האט מער נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן, ווייל ער הייבט אן צו זען אז זיין צרה איז נישט אזוי געפערליך, ער ווערט פרייליך אז ער איז געזונט; דו וואס דו דרייט זיך ביי דאקטורים, דו גייסט אריין און ארויס פון שפיטאל פאר דיין פראבלעם וואס דו האסט וכו', קענסטו זיכער זען די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר. דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן און זאגן וואס ר' נתן פלעגט זאגן ווען ער האט געהאט א צרה: "עס איז נאך מיט גרויסע חסדים". מען דארף אויפזוכן די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט.


איך בין מתפלל פאר דיר אז דו זאלסט בקרוב אויסגעהיילט ווערן און דו זאלסט קענען צוריק קומען אין ישיבה געזונטערהייט.


דו ביסט א גרויסער חידוש אז מיט דיינע יסורים האסטו מסיים געווען מסכת ברכות; יעצט הייב אן מסכת שבת, לערן יעדן טאג אביסל. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה, אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט (שיחות הר"ן, סימן עו).


שרייב מיר נאך בריוו, איך וועל דיר אם ירצה ה' צוריק שרייבן.