שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס דארף מען טון וועגן די קאראנע וויירוס?
רפואה, אמונה, פחדים, קאראנע וויירוס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די גאנצע וועלט איז איינגעהילט אין א פחד איבער די קאראנע וויירוס, ווי אזוי דארפן מיר זיך פירן איבער דעם, לויט די לימודים פון הייליגן רבי'ן און פון מוהרא"ש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר זיך נישט פארלירן; מען דארף וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון. עס איז נישט דא קיין שום פערצופאל, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליינס; יעדע זאך וואס פאסירט איז דער אייבערשטער אליינס, דעריבער טאר מען נישט אריין גיין אין פחדים און שרעק.


ווען מען נעמט אריין אין זיך די אמונה, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דומם, צומח, חי, מדבר; אלעס איז עצם עצמיות חיות אלוקתו יתברך, אלעס איז א לבוש פונעם אייבערשטן - דעמאלט לעבט מען א רואיגע לעבן, מען ווערט נישט פארלוירן און דערשראקן פון קיין שום זאך וואס פאסירט, ווייל וואס עס זאל נאר פאסירן ווייסט מען אז דער אייבערשטער האט דאס געברענגט.


די עצה געראטעוועט צו ווערן פון די קרענק איז אז מען זאל זיך מתבודד זיין יעדן טאג, מען זאל זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער חבר. אלע לענדער זאגן דאס פאר די באפעלקערונג; מען זאל זיך מתבודד זיין, מען זאל זיך איינשפארן אין שטוב, מען זאל זיין אפגעזונדערט פון מענטשן. זעט מען פון דעם א שטיקל רמז וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, מיר זאלן זיך אביסל מיישב זיין, אביסל טראכטן: 'וואס טו איך אויף די וועלט?' 'וואס איז דער תכלית פון אלע תאוות?'


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "וְהָעִקָּר לְהִשְׁתַּדֵּל לְיַשֵּׁב עַצְמוֹ הֵיטֵב מָה הַתַּכְלִית מִכָּל הַתַּאֲווֹת וּמִכָּל עִנְיְנֵי הָעוֹלָם הַזֶּה, הֵן תַּאֲווֹת הַנִּכְנָסוֹת לַגּוּף הֵן תַּאֲווֹת שֶׁחוּץ לַגּוּף, כְּגוֹן כָּבוֹד", דער עיקר דארף מען זיך בארעכענען יעדן טאג און זיך פרעגן: 'וואס? וואס איז דער תכלית פון אלע תאוות און אלע נארישקייטן, וואס וועל איך האבן פון נאכלויפן אלע מיינע גליסטענישן?' "וְאָז בְּוַדַּאי יָשׁוּב אֶל ה", אז מען טראכט אריין מיט א קלארע קאפ זעט מען אז אלעס איז טאקע נארישקייטן און מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.


אז דו וועסט זיך פירן מיט די הנהגה, דו וועסט יעדן טאג גיין אביסל אין א זייט רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, דו וועסט מיט אים שמועסן אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינד, דו וועסט אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר - וועסטו שפירן א זיסע טעם אין לעבן; די גאנצע לעבן וועט דיר אנדערש ווערן, אלע פחדים וועלן צוביסלעך אוועק גיין, דו וועסט שפירן אויף די וועלט וואס גרויסע צדיקים זענען זוכה צו שפירן אויבן אין הימל אין גן עדן, די זיסע איינגענעמע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.