שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס זאל איך רעדן מיט מיינע תלמידים אין חודש אלול?
חינוך הילדים, תשובה, בין אדם לחבירו, ראש השנה, חודש אלול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך ממש מחי' געווען מיט די בריוו איבער וואס צו רעדן מיט מיינע תלמידים אין די ימי בין המצרים, און איך האב ברוך ה' געפאלגט אלעס וואס איז דארט געשטאנען. יישר כח.


יעצט האב איך געוואלט פרעגט ווי אזוי און וואס מ'זאל רעדן מיט די קינדער, מיינע תלמידים זענען 8 יאר אלט, אין די טעג פון חודש אלול, פאר די הייליגע טעג.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אפאר ווערטער לתועלת די תלמידים.


יישר כח און א כתיבה וחתימה טובה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין דיר אזוי מקנא מיט דיין הייליגע ארבעט; דו זיצט מיט קליינע קינדער, ריינע נשמות, אכט יעריגע קינדער וואס ווייסן נאך נישט פון קיין פראבלעמען אין לעבן, זיי שלינגען יעדעס ווארט וואס דער מלמד זאגט, יעדעס ווארט פונעם מלמד גייט אריין טיף טיף אין זייערע ריינע הערצער.


א מלמד וואס האט די ריכטיגע הקדמות, ער ווייסט ווי אזוי צו רעדן און וואס צו רעדן - קען ער ברענגען די קינדער צו א מורא'דיגע שטארקייט, די קינדער וועלן אויפוואקסן גרויסע צדיקים, זיי וועלן וויסן זייער גאנץ לעבן די וועג ווי אזוי זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן.


לייג אריין אין די קינדער דאס גרויסקייט פון תשובה; דער אייבערשטער שטייט און ווארט מען זאל אים איבערבעטן, מען זאל אים צוזאגן אז מען גייט זיין וואויל. לייג אריין אין די קינדער דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי ער וויל נאר גוטס, ער וויל נישט שטראפן אידישע קינדער, ער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים.


דערצייל זיי מעשיות פון די הייליגע חכמים איבער דאס גרויסקייט פון תשובה, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, זיי האבן קיינמאל נישט אויפגעגעבן אויף קיין שום מענטש; ווי ווייט מען איז פארקראכן קען מען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


רעד נישט צו זיי קיין הויכע זאכן; עבודות פון צדיקים פון תעניתים און סיגופים. רעד צו זיי דעם רבינ'ס ווערטער, די פשוט'ע וועג פון תשובה, ווי דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען זאגט ארויס פשוט'ע ווערטער: "איך וויל זיין גוט", "איך גיי שוין זיין גוט", "איך גיי מער נישט טון די עבירה", וואס דעמאלט איז דער אייבערשטער גלייך מוחל דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות.


אין די זעלבע צייט זאלסטו זיי אויסלערנען דאס הארבקייט פון טשעפען א חבר; ווייל אויף אלע עבירות קען מען תשובה טון, פון אלע פראבלעמען קען מען ארויסגיין, אבער עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵירוֹ אֵין יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ (יומא פה:), אויב מען טוט וויי א צווייטן העלפט נישט קיין תשובה נאר מען מוז יענעם איבערבעטן און יענער דארף מוחל זיין.


זאלסט אסאך רעדן צו די קינדער זיי זאלן אכטונג געבן נישט וויי צו טון א חבר און נישט לאכן פון א חבר; קינדער זענען קינדער און אז מען רעדט נישט צו זיי דערפון ווייסן זיי נישט, און אז זיי ווייסן נישט קענען זיי נכשל ווערן אין פארשעמען אנדערע קינדער השם ישמרינו און אלעס איז דער מלמד שולדיג, ווייל מען רעדט נישט גענוג פון די הארבקייט פון די עבירה.


לייג אריין אין די קינדער דאס גרויסקייט פון בלאזן שופר, ווי דער שטן ווערט דערפון צעטומלט און צעמישט; א גאנץ יאר גרייט ער זיך אן פעק און זעק פון עבירות, ער ווארט אויף ראש השנה צו קומען טענה'ען קעגן אידישע קינדער און ווען מען בלאזט שופר ווערט ער אזוי דערשראקן, ער מיינט אז משיח איז געקומען און מען גייט אים שוין שחט'ן - לויפט ער אוועק, ער לויפט זיך באהאלטן און דער אייבערשטער איז מוחל אלע עבירות.


עס איז דא אסאך וואס צו רעדן צו קינדער אבער די פאר פונקטן זענען זייער וויכטיג; דאס איז דער עיקר פון אידישקייט, די קינדער זאלן וויסן אז עס איז שטענדיג דא א וועג ווי אזוי מען קען זיך גלייך צוריקקערן צום אייבערשטן און אכטונג געבן אויף אנדערע מענטשן זיי נישט וויי צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.