שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טוט מען ווען מ'קען זיך אליין נישט ליידן?
שמחה, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, טערעפי, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון וואס הערט די טייערע דרשות, און איך טראכט אז אפשר וועט איר מיר קענען העלפן, ווייל איך קען זיך אליין נישט העלפן.


איך האב ב"ה א שיינע לעבן, א וואוילער מאן מיט זיסע קינדער. אבער פון ווען איך בין קליין, קען איך זיך אליין נישט ליידן, איך האב זיך פיינט, איך האב אויף זיך מורא'דיגע קריטיק, יעדע זאך וואס איך טו בין איך נישט צופרידן און ס'איז נישט גוט. איך האב נישט קיין סיפוק פון קיין שום זאך, און זאכן וואס איך טראכט יא אז איך וועל האבן פון דעם סיפוק איז נישט שייך צו טון פאר א מאמע מיט קינדער.


יארן צוריק האב איך פרובירט צו גיין אויף טערעפי, עס האט אבער גארנישט געהאלפן, נאר מיר געמאכט טראכטן נארישקייטן אז איך דארף זיך גט'ן וכדומה, נאר דער אויבערשטער האט אפגעהיטן מיין לעבן זאל נישט חרוב ווערן. אבער יעצט בין איך אנגעקומען צו א ביטערע מצב אז איך האב נישט קיין טעם אין לעבן, איך וויל מער נישט לעבן, איך קען מער נישט ליידן וואס איך לייד פון זיך אליין. איך האב נישט קיין מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן ח"ו, סוף כל סוף האב איך אביסל יראת שמים (איך האף אזוי), אבער איך וויל נישט לעבן, איך קען מער נישט נעמען מיין מצב.


די וואך האב איך פראבירט צו רעדן מיט איינעם וואס איך האב געטראכט אז ער וועט מיר קענען העלפן, כ'האב נישט גערעדט אזוי אפן, אבער גוט געגעבן צו פארשטיין אז ס'איז מיר פינסטער, און יענער האט זיך בכלל נישט וואוסנדיג געמאכט, און דאס האט מיר נאך מער צובראכן, פון די בושה פון זיך אליין האב איך געפילט ווי איך גיי ממש אויס, איך בין געווען פארגליווערט עטליכע טעג.


איך הער ווי דער ראש ישיבה זאגט מ'זאל רעדן צום אייבערשטן, איך רעד מיט אים אסאך, איך דערצייל אים, איך בעט זיך ביי אים ער זאל שוין רחמנות האבן אויף מיר, אבער עס העלפט גארנישט, מיין מצב ווערט ערגער און ערגער. אפשר וועט דער ראש ישיבה האבן פאר מיר א עצה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט זיך זייער שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; איר דארפט זוכן גוטס אין אייער לעבן און זיך מיט דעם פרייליך מאכן. דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; אויף דעם פלעגט רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה זאגן: "אז דער רבי האט אונז געהייסן זיין פרייליך, מן הסתם איז דא מיט וואס צו זיין פרייליך".


אלע פראבלעמען וואס מענטשן האבן נעמט זיך פון עצבות און מרה שחורה; עצבות פארמאכט דעם מח מען זאל נישט קענען טראכטן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת - מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח צו וויסן וואס מען האט צו טון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט, "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג; נישט איין מאל א טאג און נישט צוויי מאל, נאר יעדעס מאל עס קומען אריין אין אייך די שלעכטע מחשבות, איר הויבט אן טראכטן שלעכטס, איר הויבט אן זיך פיינט צו האבן און זיך נישט ליידן; זאלט איר נעמען די תפילה און בעטן דעם אייבערשטן, וועט איר זען ביז א קורצע צייט אז וועט איר זיך ליב האבן, איר וועט וועלן לעבן, איר וועט הנאה האבן יעדע רגע פון די שיינע וועלט וואס דער אייבערשטער האט באשאפן.


דא האט איר די תפילה:


"גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן; פַאר מַיין טֵייעֶרֶע מַאן, פַאר מַיינֶע לִיכְטִיגֶע קִינְדֶער אוּן פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל הַנָּאָה הָאבְּן פוּן מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן; וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נִישְׁט הַנָּאָה פוּן מַיין לֶעבְּן, אִיךְ בִּין אַזוֹי שְׁטַארְק דֶעפְּרֶעסְט אוּן אִיךְ וֵויין אַ גַאנְצְן טָאג, עֶס קוּמֶען אַרַיין אִין מִיר שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת פוּן וֶועלְכֶע אִיךְ קֶען נִישְׁט פָּטוּר וֶוערְן.


דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע זִיסֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אֶמוּנָה אוּן אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט אֶמוּנָה; אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט דִיר אוּן דִיר שְׁפִּירְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס אִיז מִיר אַזוֹי עֶנְג, מַיין קָאפּ דְרֵיידְט זִיךְ מִיר אַ גַאנְצְן טָאג מִיט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ טְרַאכְט אַ גַאנְצְן טָאג נָאר שְׁלֶעכְטְס אוֹיף מִיר. פוּן מַיינֶע יוּנְגֶע יָארְן הָאבּ אִיךְ זִיךְ נִישְׁט לִיבּ, אִיךְ הָאבּ זִיךְ פַיינְט אִיךְ קֶען זִיךְ נִישְׁט לַיידְן; אִיךְ זֶע נִישְׁט קַיין שׁוּם וֶועג וָואס זָאל מִיר פְרֵיילִיךְ מַאכְן, אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ וִוי אִיךְ בִּין גֶעפַאנְגֶען בַּיי דִי נִישְׁט גוּטֶע, וָואס אִיךְ טוּ אִיז אָן קַיין טַעַם אָן קַיין פְרֵיילִיכְקֵייט.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, טַאטֶע זִיסֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן, אִיךְ זָאל זִיךְ קֶענֶען לַיידְן, אִיךְ זָאל טְרַאכְטְן נָאר פַּאזֶעטִיוו, אִיךְ זָאל נִישְׁט טְרַאכְטְן שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט בַּאשׁוּלְדִיגְן נָאר אִיךְ זָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אַלֶעס קוּמְט פוּן דִיר.


בַּאשֶׁעפֶער, זֶע מַיינֶע טְרֶערְן, זֶע וִוי אִיךְ וֵויין, זֶע מַיין צֶעבְּרָאכְן הַארְץ; אַתָּה חוֹנֵן לָאָדָם דַּעַת - דוּ גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער גֶעבְּסְט שֵׂכֶל פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם, וּמְלַמֵּד לֶאֱנוֹשׁ בִּינָה - דוּ גֶעבְּסְט פַארְשְׁטַאנְד פַאר אַלֶעמֶען, בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע: וְחָנֵנוּ מֵאִתְּךָ חָכְמָה בִּינָה וָדַעַת, גֶעבּ מִיר אוֹיךְ שֵׂכֶל אוּן פַארְשְׁטַאנְד אִיךְ זָאל מִיךְ נִישְׁט פַּיינִיגְן.


בַּאשֶׁעפֶער, אַסַאךְ מָאל שְׁפִּיר אִיךְ וִוי מַיין לֶעבְּן אִיז מִיר גָארְנִישְׁט וֶוערְד; אִיךְ טְרַאכְט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ וִויל אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַיין לֶעבְּן, אָבֶּער אִיךְ וֵוייס דָאךְ דֶעם אֱמֶת אַז עֶס אִיז נִישְׁט דָא וואוּ צוּ אַנְטְלוֹיפְן, נָאר צוּ דִיר טַאטֶע זִיסֶער.


דֶערְפַאר קוּם אִיךְ צוּ דִיר אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר: הֶעלְף מִיר! הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דַיינֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען זֵייעֶר גַאנְצֶע לֶעבְּן פַאר דַיינֶעט וֶועגְן; הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים אַבְרָהָם יִצְחָק אוּן יַעֲקֹב, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אִמָּהוֹת הַקְּדוֹשׁוֹת שָׂרָה רִבְקָה רָחֵל אוּן לֵאָה, אוּן בִּזְכוּת דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי רַבֵּינוּ נַחְמָן מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, בִּזְכוּת זַיין תַּלְמִיד רֶבִּי נָתָן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן בִּזְכוּת מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן".


די תפילה זאלט איר זאגן יעדן טאג, וועט איר זען ביז א קורצע צייט אז אלעס וועט זיך איבערדרייען, איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט זיין פרייליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.