שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טו איך אז דאס פארן אויף אומאן קען זיין שווער פאר מיין ווייב?
שלום בית, אומאן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער מקורב, און איך וויל זיך באדאנקען פאר די שיינע דרשות און שיעורים וואס האבן געמאכט אויף מיר א געוואלדיגער שינוי לטובה, איך האב ב"ה יעצט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל.


איך וויל שוין מאכן א טיקעט אויף אומאן, מיין ווייב איז אבער נערוועז ווייל זי דארף האבן וכו' א וואך פאר ראש השנה, אויב וועל איך אבער ווארטן ביז דעמאלט, וועט עס קאסטן פיל טייערער. אפשר זאל איך מאכן א טיקעט שטילערהייט אן דעם וואס זי זאל אפילו וויסן דערפון?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פאררופסט זיך "א פרישער מקורב", דאס זעט מען שוין פון דיין שאלה; זעט אויס אז דו ווייסט נישט אז ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות שלום בית. ווייל אז מען האט שלום בית האט מען א ריינע קאפ, און אויב איז פארקערט חס ושלום, מען האט נישט קיין שלום בית – דאן איז זייער ביטער; מען איז פול מיט שלעכטע מחשבות. דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען מען זאל מכבד זיין די ווייב און איר האלטן חשוב און טייער (עיין שיחות הר"ן, סימן רסד).


דער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל האבן שלום בית, אזוי ווייט, אז אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן – אויף וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיטן זאגן תורה.


וואס איז געווען די מעשה מיט דעם אינגערמאן? מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן, און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש; אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית, ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, און אז מען האט נישט קיין מח איז מען נישט קיין מענטש, וואס דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין א טיפע גרוב רחמנא לצלן.


אז דיין ווייב ווארט וכו' און זי דארף האבן וכו' א וואך פאר ראש השנה, זאלסטו נישט קויפן יעצט א טיקעט אפילו עס איז ביליגער, ווייל אפשר וועסטו נישט קענען קומען דאס יאר קיין אומאן אויף ראש השנה, אפשר וועט זיך דאס אריין שלעפן וכו'; ענדערש זאלסטו צו ווארטן און דעמאלט זאלסטו זען צי עס איז שייך בכלל אז דו זאלסט קומען דאס יאר. אזוי ווי שבת אז מען דארף האבן וכו' איז די הלכה אז דער מאן מעג מיט גיין וכו' און עס איז נישט דא ביי דעם קיין חילול שבת, ווייל דאס איז אן ענין פון פיקוח נפש וואס איז דוחה שבת, אזוי איז אויך ווען עס קומט ראש השנה און מען דארף האבן ראש השנה איז עס דוחה דאס פארן קיין אומאן.


וואס דאגה'סטו יעצט אויף ראש השנה? דו האסט נאך אסאך צייט ביז ראש השנה, און מיט תפילה קענסטו נאך זיין היי יאר ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן; זיי מתפלל אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב און אז דו זאלסט נאך קענען אנקומען צום רבי'ן.


פאלג מיר, גיי נישט אונטערן ריקן פון דיין ווייב; זיי נישט קיין אויבער חכם און טו נישט קיין ווילדע זאכן וואס וועט גורם זיין נאכדעם אז דו וועסט אלעס אפלאזן, פון רבוי אור ווערט נאכדעם שבירת הכלים וכו'. קויף א טיקעט נאר אויב דיין ווייב איז מסכים, און אלעס וואס דו טוסט זאלסטו טון מיט איר צוזאמען. פאר מען האט חתונה דארף מען קיינעם נישט פרעגן וואס ווען און וואו, אבער אז מען האט חתונה געהאט איז די לעבן ווי א שותפות; נישט דא קיין סודות און נישט דא קיין אויסשפילן; די אלע וואס שפילן אויס די ווייב בלייבן נאכדעם אליינס אויסגעשפילט.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דיין התקרבות צום רבי'ן זאל זיין מיט אן אמת, און אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.