שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טו איך אז מיין ווייב וויל איך זאל זיצן אין כולל, און איך האלט נישט דערביי?
לימוד התורה, שלום בית, פרנסה, היטן די צייט, כולל, יונגע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל קודם דאנקען דעם ראש ישיבה פאר אלע חיזוק, דרשות, שאלות ותשובות, און אזוי ווייטער.


איך האב חתונה געהאט אפאר יאר צוריק, איך האב אלץ געהייסן א גוטער בחור אין ישיבה, אבער באמת האב איך געהאלטן ביי גארנישט. איך האב גוט געפאפט. למעשה האב איך אבער גארנישט פארדינט דערפון ווייל ווען עס איז געקומען צו שידוכים האט מען מיך אנגעטראגן מסלתה ומשמנה, און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין געהעריגע אפענע קשר מיט מיינע עלטערן, דערפאר ווען מען האט אנגעטראגן מיין שידוך האב איך גארנישט געזאגט. מיין ווייב איז טאקע אן אשה כשירה א ערליכע אידישע פרוי מיט אלע פירושים, אבער למעשה איז זי אויף סאך א העכערע מדריגה ווי מיר.


פאר עטליכע יאר נאך די חתונה האב איך פרובירט זיך צוצושטעלן, אבער נאך אפאר יאר איז עס געווארן ערגער, איך האב געשטופט אין כולל גאנצע טעג, און איר איינגערעדט אז איך לערן, איך האב ממש געלעבט א טאפלטע לעבן אין ממש יעדע טריט.


יעצט זע איך אז דאס איז נישט קיין וועג, האב איך זיך פרובירט אביסל צו עפענען, איך האב אנגעהויבן זאגן אז איך טראכט פון גיין ארבעטן ווייל כולל איז נישט פאר מיר. אבער זי זאגט אז זי האט געמיינט אז איך בין אן ערליכער אינגערמאן. וואס האב איך אז דו גייסט ארבעטן?


איך האב באמת רחמנות אויף איר, זי איז גרייט מיט מסירת נפש צו ברענגען פרנסה, אבי איך זאל בלייבן אין כולל. אבער איך שפיר אז איך קען נישט. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                        יום א' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם לעצטן מענטש וועם דו וועסט קענען אויספאפן איז דיין ווייב; א ווייב קען מען נישט פאפן, די ווייב איז פון די איינציגסטע וואס קענען גאר גוט זייער מאן, זיי ווייסן ווער דער מאן איז, אויב ער איז ערליך אדער נישט; מיט א ווייב קען מען נישט ארום שפילן.


דעריבער איז א שאד סתם צו זיצן אין כולל און זיך איינרעדן אז זי וועט מיינען דו לערנסט; אז דו בטל'סט די צייט זאלסטו וואס פריער ארויסגיין פון כולל. בטל'ן צייט איז א סכנה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", אז מען בטל'ט צייט קומט מען נאכדעם צו צו טון עבירות און נאכדעם ווערט מען דעפרעסט; גיין ליידיג איז זייער שעדליך, מען פארלירט דעם טעם פון לעבן, מען פארלירט דעם טעם פון אלעס.


פארוואס זאלסטו זאגן אז מען קען נישט זיין אן ערליכער איד ווען מען ארבעט? ארבעטן איז נישט קיין סתירה מיט זיין ערליך, ארבעטן איז נישט קיין סתירה מיט לערנען די הייליגע תורה; עס זענען דא הונדערטער און טויזנטער ערליכע בעלי בתים יראי השם וואס ארבעטן רוב טאג און אין די איבריגע צייט זענען זיי זיך קובע צייט צו לערנען. זיי הייבן אן דעם טאג פארטאגס מיט תורה ותפילה, אינמיטן טאג כאפן זיי ווייטער ארויס תורה און ביינאכט זענען זיי זיך ווידעראמאל קובע צייט צו לערנען.


טענה זיך נישט מיט דיין ווייב; זי וויל נישט דיין שלעכטס, זי וויל א גוטע לעבן, זי וויל א מאן א ירא שמים. עס שטערט איר צו זען ווי דו שפילסט ארום מיט איר, עס שטערט איר אז דו פירסט זיך נישט אויף ערליך, זי האט מורא אז ווען דו וועסט גיין ארבעטן וועט עס ווערן נאך ערגער, אבער אז דו וועסט אנפילן דיין צייט מיט גוטע זאכן, דו וועסט נישט גיין ליידיג - וועט זי אנהייבן האלטן פון דיר, זי וועט דיר מחשיב זיין.


נעם דעם רבינ'ס דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו); דער רבי האט אונז געגעבן א זיסע וועג צו לערנען, א וועג פאר אלעמען, נישט קיין אונטערשיד א גוטע קאפ - א שוואכע קאפ, נישט קיין חילוק צי מען האלט יא ביים לערנען אדער מען האלט נישט ביים לערנען, דעם רבינ'ס דרך הלימוד ארבעט מיט יעדן איינעם.


מאך זיך א שיעור אין חומש רש"י מיט'ן תרגום, הייב אן זונטאג די פרשה ביז שני, מאנטאג זאלסטו גיין ווייטער פון שני ביז שלישי, דינסטאג זאלסטו לערנען ביז רביעי און אזוי ווייטער, ביז די ענדע וואך וועסטו האבן מסיים געווען די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", דער וואס איז מעביר סדרה יעדע וואך צוויי מאל די חומש און איין מאל די תרגום וועט לאנג לעבן; דער שלחן ערוך פסק'ענט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין; און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


נאכדעם זאלסטו זיך קובע זיין א שיעור אין משניות; הייב אן מסכת ברכות און לערן א פרק נאך א פרק, קוק נישט אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט אדער דו פארשטייסט נישט, דו זאג די ווערטער פון משניות. יעדע ווארט תורה וואס מען לערנט האט דער אייבערשטער א נחת רוח דערפון, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין", און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', "הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי ה, יט): בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו פארשטיין דאס לערנען.


ועל כולם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; הייב אן ש"ס און גיי כסדרן, די בלעטער גמרא דאס פארברענט דעם יצר הרע. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע, וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", דער אייבערשטער זאגט, איך האב באשאפן דעם יצר הרע, אבער איך האב א רפואה פאר'ן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן אים, "אִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט איר תורה וועט איר נישט זיין אונטער די הענט פונעם יצר הרע, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אבער אויב לערנט מען נישט קיין תורה איז מען אונטער אים.


אז דו וועסט אויסנוצן דיין טאג, דיינע טייערע יונגע יארן - וועט דיין ווייב קוקן אויף דיר מיט כבוד, מיט הערצה; זי וועט דיר מחשיב זיין און זיך נישט קריגן מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.