שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טו איך אז מיין ווייב האט נישט ליב ברסלב?
שלום בית, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, בארד און פאות, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען אויף מיין לעבן, איך בין יעצט געווארן ברוך ה' דריי יאר אלט, פאר דריי יאר צוריק בין איך געוואויר געווארן איבער די געוואלדיגע שיעורים, און פון דעמאלט איז מיין לעבן גענצליך געטוישט געווארן צום גוטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


דער פראבלעם איז אבער אז פאר מיין טייערע ווייב געפעלט נישט די ברסלב'ע זאכן, אויסער דעם וואס זי וויל בכלל אז מיר זאלן זיין מער אהערגעשטעלט און מאדערן, זי האלט מיר כסדר פאר אז איך בין צו פארצייטיש און פאנאטיש, צום ביישפיל וויל זי זייער איך זאל זיך "מסדר" זיין די בארד, וואס איך הער אזויפיל ביי די שיעורים איבער די הארבקייט פון דעם.


מיין שאלה איז אויב איך זאל איר נאכגעבן און מיט דעם איר צופרידן שטעלן, אדער וועט זיך עס נישט אפשטעלן ביי דעם נאר גיין ווייטער.


איך בין זייער פארלוירן און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן א גוטע עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין לעבן האט זיך אנגעהויבן פון פריש, דו שפירסט ניי געבוירן פון ווען דו לעבסט מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות. עס איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט, ווען מען קומט צום רבי'ן ווערט דאס לעבן א נייע לעבן.


בנוגע דיין ווייב וכו'; דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך וואלט ווען געדארפט שרייבן אזוי סאך ספרים איבער דברים שבינה לבינו, דאס זעלבע וויפיל איך האב געשריבן דעם ספר ליקוטי הלכות"; ווייל מען דארף האבן אזויפיל חיזוק און אזויפיל שכל צו וויסן ווי אזוי צו מכבד זיין די ווייב און ווי אזוי אכטונג צו געבן אויף איר כבוד כדי מען זאל נישט קומען צו קיין קריגערייען און זיך חס ושלום דארפן גט'ן.


עס קען נישט זיין אז פאר דיין ווייב געפעלט נישט די ברסלב'ע זאכן; מן הסתם לייגסטו ארויף אויף איר פרומע זאכן און זי מיינט אז דאס איז ברסלב, דעריבער זאגט זי אז זי וויל נישט די ברסלב'ע זאכן. ווען דו זאלסט זיך פירן ווי אזוי דער רבי וויל, דו וואלסט געפאלגט דעם רבי'ן - וואלט זי זיך געפריידט מיט די ברסלב'ע זאכן.


ברסלב האט נישט מיט קיין פרומקייט; אז איך וועל דיר אויסרעכענען וואס דער רבי פארלאנגט וועסטו זען אז עס האט גארנישט צו טון מיט פרומקייטן וכו'. וואס וויל שוין דער רבי פון אונז? דער רבי וויל מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן, פון ווען מען שטייט אויף אינדערפרי ביז ביינאכט ווען מען גייט שלאפן זאל מען טראכטן פונעם אייבערשטן און רעדן צו אים (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צו); אז דו וועסט דאס טון וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה זי וועט זיך פרייען, זי וועט זען ווי דו ביסט שטארק און דו ווערסט נישט אויפגערעגט אזוי שנעל. ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן ווערט זייער שטארק די אמונה, מען הייבט אן שפירן אז עס איז גארנישט דא אויסער אים, איז דאך נישט שייך צו ווערן גערעגט. יעדע פרוי וואלט זיך געוואונטשן צו האבן א מאן וואס ווערט נישט אויפגערעגט, א מאן וואס האלט זיך רואיג אפילו אין שווערע צייטן; דאס איז ברסלב.


וואס נאך וויל דער רבי פון אונז? דער רבי וויל מיר זאלן לערנען און ענדיגן די גאנצע תורה אן א שיעור מאל; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט קיין לערנען, אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג ווען מען האט נישט קיין כח, קיין קאפ און מח צו פארשטיין לערנען - דאך זאל מען זאגן די ווערטער פון די תורה. מען זאל זאגן און זאגן ביז דער מח וועט זיך איין טאג עפענען און מען וועט אנהייבן פארשטיין דאס לערנען; אז מען לערנט אויף דעם וועג קען יעדער איינער לערנען. דער שוואכסטער קאפ, דער איינגעשפארטסטער מענטש וואס האט נישט קיין חברים, חברותות - קען זיצן אין שטוב אליין אן קיינעם; מען נעמט די משניות, די גמרא - פאר א חבר, מען לערנט און מען ענדיגט נאך א מסכתא און נאך א מסכתא. אז דו וועסט דאס טון, דו וועסט לערנען - וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה זי וועט זיך פרייען אז זי האט א מאן וואס לערנט די הייליגע תורה, א מאן וואס נוצט אויס די צייט מיט גוטע זאכן; זי וועט נאר האבן ריווח פון דעם וואס דו פאלגסט דעם רבי'ן. ווען זי וועט וועלן ארויסגיין אמאל ביינאכט צו א חבר'טע אדער משפחה וועסטו בלייבן אין שטוב מיט דיין משניות'ל, מיט דיין גמרא און אכטונג געבן אויף די קינדער; ווען זי וועט וועלן מסדר זיין די שטוב וועסטו זיצן אין דער זייט מיט דיינע שיעורים, זי וועט נאר האבן ריווח; דאס איז ברסלב.


וואס נאך וויל דער רבי פון אונז? דער רבי וויל מיר זאלן זיין פרייליך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט; אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט זיך שטארקן און נישט ווערן צעפאלן פון וואס עס גייט אריבער אויף דיר, וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה זי וועט זיך פרייען צו לעבן מיט א פרייליכער מאן. זי וועט נאר מרוויח זיין פון דעם וואס דו פאלגסט דעם רבי'ן; דאס איז ברסלב.


אזוי איז מיט יעדע זאך; דער רבי וויל מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, שיין רעדן און האלטן טייער איר כבוד. אז דו וועסט רעדן שיין צו דיין וויב, דו וועסט איר האלטן טייער און חשוב, וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה, זי וועט זיך פרייען אז דו ביסט ברסלב; זי וועט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז איר מאן איז אנגעקומען קיין ברסלב. זי וועט שרייען צו אלע אירע פריינט: "טראגטס אייערע מענער קיין ברסלב, וועלן זיי שיין רעדן צו ענק".


וואס נאך וויל דער רבי? דער רבי וויל מיר זאלן לעבן מיט תכלית, מיר זאלן לעבן מיט ישוב הדעת; געדענקען אז מיר וועלן באלד צוריק גיין צום אייבערשטן. עס וועט גארנישט נוצן, קיינער בלייבט נישט דא, יעדער דארף ביים סוף צוריק גיין צום אייבערשטן. אז מען לעבט מיט די מחשבה - איז דאס לעבן גאר אנדערש, מען קריגט זיך נישט מיט קיינעם ווייל מען ווייסט אז מען איז דא פאר נישט צי לאנג, מען כאפט אריין גוטע זאכן, מען כאפט אריין חסד.


מאך איר נישט פרום, לייג נישט ארויף קיין פרומקייטן אויף איר, צעדרוק איר נישט; וועסטו זען ווי זי וועט זיך צוכאפן צום הייליגן רבי'ן, זי וועט נאר וועלן די ברסלב'ע לעבן, די ברסלב'ע וועג.


בנוגע דיין בארד וכו'; טו וואס מוהרא"ש האט געטון נאך די חתונה. ווען זיין ווייב האט נישט געוואלט ער זאל גיין מיט א לאנגע בארד און אראפגעלאזטע פיאות (דעמאלט, אין די ערשטע יארן אין אמעריקע איז נישט געווען אזוי ווי היינט; זייער ווייניג זענען געגאנגען מיט אראפגעלאזטע פיאות און בארד) האט מוהרא"ש אריין געקניפט די בארד און ארויף געדריידט די פיאות אז זיין ווייב זאל זיין צופרידן; מוהרא"ש האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל איר נישט שטערן און איין טאג האט דער אייבערשטער געהאלפן אז זי האט אויך געוואלט דאס וואס מוהרא"ש האט געוואלט. זאלסטו אויך אזוי טון, קניפ אריין דיין בארד און אז עס שטערט איר די פאות זאלסטו דאס ארויף דרייען כדי עס זאל איר נישט שטערן און בעט אסאך דעם אייבערשטן אז דיין גאנצע שטוב זאל זיך נישט שעמען מיט די בארד און פיאות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.