שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טו איך ווען מיין משפחה רודפ'ט מיר וועגן אומאן?
אומאן, מדות טובות, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א ליטווישע משפחה וואס איז נישט מחשיב ברסלב, און זיי דרייען מיר כסדר א קאפ וועגן מיין מאן וואס פארט קיין אומאן. נישט נאר דאס יאר מיט קאראנע, נאר יעדעס יאר ס'איז דא עפעס אנדערש וואס זיי זאגן מיר אז אויב וויל איך זיין א גוטע ווייב טאר איך נישט לאזן מיין מאן פארן, ס'איז א סכנה וכו' וכו' אלע זאכן וואס מ'קען זאגן.


אבער דאס יאר ספעציעל, רופן זיי מיר יעדע שטיק צייט מיר צו זאגן ווי סכנות'דיג ס'איז, און אז די גרעניץ איז פארמאכט, און ס'איז דאך דא קאראנע וכו', און דאס איז מיר זייער שווער אויסצוהאלטן, איך האב שוין גענוג מניעות צו שיקן מיין מאן צו א ווייטע פלאץ אויף יום טוב פאר אזוי לאנג, ס'איז מיר שוין גענוג שווער אן די אלע בלבולים און פחדים, און די רדיפות פון מיין משפחה מאכט עס נאר ערגער.


אויך, מיין משפחה איז זייער שטארק מיט דעם לאזונג, "לעב און לאז לעבן", און געווענליך מישן זיי זיך נישט אריין אין א צווייטנ'ס לעבן זיי צו זאגן וואס צו טון. צום ביישפיל, ווען מיין ברודער האט זיך נעבעך געדרייט מיט א גוי'טע, האבן מיינע עלטערן און אנדערע געשוויסטער אים גארנישט געזאגט, און ווען מיר האבן זיך יא אריין געמישט און געזאגט אז ער טאר איר נישט ברענגען צו אונזער הויז, איז די משפחה געשפרינגען אויף אונז אז מיר האבן אים נישט ליב, און מיר זענען אים נישט מחזק, און ווי אזוי גייט ער צוריק ווערן פרום אויב מיר שטופן אים ווייטער וכו' וכו'. אבער ווען מיין מאן וויל פארן צום צדיק, זיך מקשר זיין צו אים און זיך מחזק זיין, אין דעם מישן זיי יא אריין.


ס'טוט מיר זייער וויי אז זיי שפייען אויף עפעס וואס איז אזוי חשוב ביי אונז. ברוך ה' אז איך האב זייער א גוטע קשר מיט מיינע עלטערן און געשוויסטער, און איך רעד מיט זיי אסאך. איך האב זיי שוין געבעטן זיך נישט אריין מישן, אבער ס'העלפט נישט. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אסאך פרויען ווערן צעשטאכן פון זייערע עלטערן וועגן ברסלב; ווען די עלטערן ווערן געוואויר אז דער איידעם פארט קיין אומאן הייבן זיי אן רודפ'ן זייער טאכטער, זיי לייגן גרויס דרוק זי זאל שטעלן א ווידערשטאנד און נישט לאזן דעם מאן פארן קיין אומאן.


אנשטאט די עלטערן זאלן זיך פרייען אז זייער טאכטער איז גליקליך און צופרידן מיט איר מאן, אנשטאט זיי זאלן טאנצן פאר שמחה אז דער איידעם פירט זיך ערליך, ער האט א רבי וואס שטארקט אים - רודפ'ט מען דעם איידעם און די טאכטער; ווי מען קען שטעכן געבט מען א שטעך און ווי מען קען מאכן א וויץ מאכט מען א וויץ, אן טראכטן ווי שטארק דאס טוט וויי.


וואס זאל מען טון אז ברסלב איז פארשעמט, וואס קען מען טון אז מען רעדט אויפ'ן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים - לשון הרע; דאס מאכט אז מענטשן זאלן ווערן דערשראקן פון ברסלב, דאס מאכט מען זאל מורא האבן ווען מען הערט אז די קינדער האבן א שייכות מיט ברסלב; אזוי מוז דאס גיין, עס דארף זיין ליצנות אויף א צדיק. אויף אלע אמת'ע צדיקים איז דא ליצנות, חכמינו הקדושים זאגן (ירושלמי ברכות ב, ח): "אֵין דּוֹר שֶּׁאֵין בּוֹ לֵצָנִים", אין יעדע דור זענען דא לצים; אלע צדיקים האט מען געטשעפעט און מען האט געקריגט אויף זיי.


יעדע פרישער מקורב וואס וויל קומען צום רבי'ן דארף אריבער גיין דעם נסיון, מען טשעפעט און מען שפעט; אנדערש קען מען נישט זוכה זיין צו נעמען פון רבי'ן אלע גוטס. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) וואס עס האט זיך אפגעטון מיט זיין נשמה איידער זי איז אראפ געקומען אויף די וועלט, ווי דער סמ"ך מ"ם האט געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה", מוהרא"ש זאגט אז די עצה זייערע איז ליצנות; מען שפעט פון רבי'ן און פון רבינ'ס מענטשן, פון ברסלב'ער חסידים. דאס איז די עצה וואס דער סמ"ך מ"ם האט קעגן דעם רבי'ן, דורכדעם האלטן זיך מענטשן אפ פון מקורב ווערן צום רבי'ן.


דאס וואס איר שרייבט פון אייער משפחה אז זיי זענען פריינטליכע מענטשן, זיי האבן די שיטה פון 'לעב און לאז יענעם לעבן' וכו' וכו'; דא קענט איר זען דאס פארפוילקייט פון די אלע לינקע וכו' וואס שטעלן זיך ארויס מיט א שיינעם פנים אז מען דארף יעדן איינעם לאזן לעבן זייער וועג - ווי ליגנט און פאלש דאס איז; והא ראי', ווען עס קומט צו ערליכקייט, ווען עס קומט צו זיין פרום - דעמאלט פארגעסט מען פון די שיינע זיסע געמאכטע שפריך ווארט: 'לעב און לאז יענעם לעבן'. די פרומע מענטשן מעג מען טשעפען, די דארף מען רודפ'ן; פלוצלונג איז נישט דא דער באגריף 'לעב און לאז יענעם לעבן', יעדן איינעם דארף מען מכבד זיין, מען דארף יעדן איינעם לאזן טון וואס זיי ווילן - ביז דער ערליכער איד וואס וויל גארנישט, ער וויל נאר טון וואס דער אייבערשטער הייסט; אים רייסט מען אראפ, ביי אים איז מער נישט דא 'לעב און לאז יענעם לעבן', אים דארף מען נישט רעספעקטירן וכו'.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן; לעבט מיט אים, זייט אים מכבד, זייט אים מחזק ער זאל פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה זיך אויסבעטן א גוט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה, און ווען אייערע עלטערן טשעפען אייך זאלט איר גארנישט ענטפערן; טענה'ט זיך נישט מיט זיי, זאגט זיי אז איר דארפט טון וואס דער אייבערשטער הייסט, א פרוי דארף טון דעם רצון פונעם מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.