שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס קען איך שמועסן מיט מיינע עלטערן?
כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער, עבודת השם, מצות, שלימות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע לעבן וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט מיר. מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א האב איך ברוך ה' א ליכטיגע און פרייליכע לעבן, וויפיל איך וועל דאנקען אויף דעם איז נישט גענוג.


איך הער כסדר ביי די שיעורים ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון מכבד זיין די עלטערן, באזוכן די עלטערן און אנרופן די עלטערן. איך וואוין נעבן מיין שווער און שוויגער, קומט מיר אויס כמעט יעדן טאג צו קענען ארויפגיין צו זיי, אבער מיינע עלטערן וואוינען אין אן אנדערע שטאט, איך וויל זייער רעדן מיט זיי, איך האב אבער נישט וואס צו רעדן, און דעריבער רוף איך זיי נישט אויפ'ן טעלעפאן אזוי אפט.


איך וועל זיך פרייען צו חיזוק און עצות זיי יא צו אנרופן יעדן טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זע צו רופן דיינע עלטערן יעדן טאג, דערצייל זיי אז אלעס איז ביי ענק גוט, און באדאנק זיך פאר זיי; דאס איז זייער א גרויסע מצוה.


אסאך מאל האלט מען זיך צוריק פון טון א מצוה ווייל מען וויל טון נאר אסאך, און זיין ספעציעל, מען האט נישט די געפיל צו טון די פשטות המצוה. אזוי אויך אין כיבוד אב ואם, מען האלט זיך צוריק פון רופן די עלטערן אדער ארויפגיין צו עלטערן, ווייל מען וויל מיט עפעס קומען, אדער עפעס ספעציעל טון וכו', אבער עס איז נישט ריכטיג, מען דארף נישט ווארטן אויף עפעס ספעציעל, מען דארף טון די מצוות אן קיין חשבונות.


האלט זיך נישט צוריק פון טון די מצוה, רוף דיינע עלטערן, אפילו נאר צו זאגן א גוט מארגן און אז אלעס איז פיין, און זיך אינטערעסירן ביי זיי, און בזכות די מצוה פון מכבד זיין די עלטערן זאלסטו געבענטשט ווערן מיט אלע ברכות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.