שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי געבט מען אריין א חשק אין בחורים אויפצושטיין אינדערפרי
בחור, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די פילע חיזוק וואס מיר באקומען פון אייך דורך אייערע געוואלדיגע שיעורים מיט וואס מיר זענען זיך ממש מחיה.


מיר האבן צוויי בחורים אינדערהיים און מיר דארפן הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זיי, ווי אזוי זיי מחנך צו זיין, ווי אזוי אריינצולייגן אין זיי א חשק צו לערנען און דאווענען און זיך אויפצופירן ווי עס דארף צו זיין.


ובפרט ווי אזוי זיי זאלן האבן חשק אויפצושטיין אינדערפרי, עס איז זייער שווער זיי ארויסצושלעפן פון בעט יעדן צופרי.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ - חנוכה, ד' דחנוכה, כ"ז כסליו, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היינטיגע צייטן ווען די גאס איז זייער מסוכן, דארף מען זייער אכטונג געבן אז די קינדער זאלן ליב האבן זייער היים, די קינדער זאלן וועלן פארברענגען אין שטוב, און זיי זאלן ליב האבן זייערע עלטערן.


ר' נתן האט געזאגט: "עס איז ביי מיר חשוב צו מחנך זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין חצות און זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות זאגן תיקון חצות, דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין, ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, אנגרייטן נעגל וואסער וכדומה. ווייל א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע, אים איז גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן; אודאי דארף יעדער מענטש חיזוק, יעדער מענטש האט א יצר הרע וכו' וכו', אבער מיט א גוטע חינוך איז דאס יראת שמים און אידישקייט איינגעבאקן אין הארצן.


בנוגע וואס איר פרעגט ווי אזוי מען קען מאכן די בחורים זאלן וועלן אויפשטיין אינדערפרי; דאס איז א פראגע מיט וואס אלע עלטערן מוטשען זיך, אלע זוכן עצות ווי אזוי מען קען מאכן די בחורים זאלן אויפשטיין. מען דארף געדענקען וואס דער רבי זאגט: "מיט גוטן פועל'ט מען בעסער ווי מען שלעכטן"; נאך האט דער רבי געזאגט: "אויב מען זעט מען האט יא געפועל'ט מיט שלעכטן, זאל מען וויסן אז מען וואלט דאס געקענט פועל'ן אסאך גרינגער און שנעלער מיט גוטן"; איך געדענק ווען איך בין געווען א בחור איז מיר אויך שווער געווען אויפצושטיין פארטאגס וכו', פלעגט מיין מאמע - זאל זיין געזונט און שטארק - זיצן ביי מיין בעט פארטאגס און מיר וועקן, זי האט זיך אזוי געבעטן ביי מיר איך זאל אויפשטיין, זי פלעגט רעדן אזוי שיין און זינגען ניגונים איך זאל גיין לערנען, אז איך האב געמוזט אויפשטיין. ווען מען רעדט מיט שיינעם צו די קינדער וועלן זיי זיכער פאלגן די עלטערן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש, וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי, און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קז:): "לְעוֹלָם תְּהֵא שְׂמֹאל דּוֹחֶה, וִיְמִין מְקַרֶבֶת"; ווען עס קומט מחנך צו זיין קינדער אדער תלמידים, דארף מען טאקע זאגן מוסר, אבער מיט די רעכטע האנט זאל מען זיי מחזק זיין, דאס הייסט מען דארף געבן מער חיזוק און מער ליבשאפט, ווי אוועקשטופן.


דער אמת איז, ווען די קינדער זענען נאך יונג, דעמאלט איז דער ריכטיגער צייט פון חינוך, דעמאלט איז דער צייט פון שמאל דוחה, זיי מחנך זיין מיט דרך ארץ. קינדער זאלן וויסן אז א ווארט פון טאטע מאמע איז זייער חשוב, און מען קען זיך נישט שפארן וכו'. ווען מען דערזעט זיך שוין מיט קינדער פון פערצן יאר און העכער, דעמאלט דארף מען שוין זייער אכטונג געבן מען זאל זיי נישט פארלירן, מען דארף מער פארברענגען מיט זיי וכו', דעמאלט איז דער צייט פון "ימין מקרבת".


ליידער זעט מען זייער אסאך משפחות זענען נישט מחנך די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, שפעטער וועקן זיי זיך אויף - ווען זיי האבן שוין עלטערע קינדער, אבער דעמאלט דארף מען שוין אכט געבן מען זאל זיי נישט פארלירן.


נאך אלע עצות דארף מען גוט וויסן אז דער עיקר עצה אויף גוטע קינדער איז "תפילה"; מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו, ער האט אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער; האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער". דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער, און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען אסאך אידיש נחת פון ענקערע קינדער, אמן.


א פרייליכן שבת.