שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט א פאר'חלומ'ט קינד?
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, סבלנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, ובפרט פאר די חיזוק אויפ'ן סדר דרך הלימוד, יעדעס מאל וואס איך הער עס שטארקט עס מיר פון פריש צוריק צו לויפן צו די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א ליכטיגער זון, ער איז אבער זייער א פאר'חלומ'טער, ער קען זיצן שעות און זיין פארנומען בלויז מיט זיינע חלומות און פאנטאזיעס. דער מלמד האט נישט קיין פראבלעמען מיט אים, ווייל ער שטערט נישט אין קלאס, ער זיצט רואיג אויף זיין פלאץ, ווען עס קומט אבער צו קענען דאס לערנען, האט ער נישט אנונג וואס מ'האט געלערנט אין חדר.


איך פרוביר אביסל צו לערנען מיט אים אינדערהיים, אבער ס'איז ממש ווי קריכן אויף גראדע ווענט, נאר ווען איך שריי אים אן אדער איך געב אים א פעטשל, דעמאלט וועקט ער זיך אויף און הויבט אן אביסל אויסהערן, אבער ס'נעמט נישט לאנג ביז ווען ער ווערט ווידער פאר'חלומ'ט, ביז איך גיי ממש ארויס פון די כלים, איך האב אבער נישט קיין אנדערע אויסוועג, ווייל איך וויל נישט ער זאל אויסוואקסן א ליידיגער שטריק.


איך ווייס אז ער איז נישט שולדיג, ווייל דער אייבערשטער האט אים אזוי באשאפן, אבער איך קען אים נישט לאזן אזוי לויפן, און דאס וואס איך רעג זיך אויף אים קומט דאך נאר מיט א גוטע כוונה אים צו שטעלן אין פלאץ.


ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אכטונג געבן אויף דיין זון אים נישט צו פארשעמען און אים נישט צו צעקלאפן; אז דו וועסט אים אויפהייבן וועסטו ערגעץ אנקומען מיט אים, אבער אויב דו וועסט אים פארשעמען, דו וועסט אים באטיטלען מיט א צונאמען 'חולם', אדער 'פאר'חלום'טער' וכדומה, אדער דו וועסט אים שלאגן ה' ישמרינו - וועסטו אים חרוב מאכן אינגאנצן.


שלמה המלך, דער חכם פון די וועלט לערנט אונז ווי אזוי מחנך צו זיין קינדער (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ, גַּם כִּי יַזְקִין לֹא יָסוּר מִמֶּנָּה"; דאס הייסט מען דארף מחנך זיין קינדער "עַל פִּי דַרְכּוֹ" – לויט זיין וועג. יעדעס קינד האט אנדערע נאטורן, אן אנדערע מח און אן אנדערע וועג ווי אזוי ער וואקסט, מען דארף גיין מיט יעדן איינעם אויף זיין וועג. איינער איז א שארפער קאפ - דער צווייטער איז א גראדער קאפ, איינער איז א שנעלער קאפ - דער צווייטער איז א שטייטער קאפ; מיט יעדן קינד דארף מען גיין אויף זיין וועג.


מיר געפונען ביים הייליגן תנא רבי יוחנן בן גודגדא, אז זיינע קינדער זענען געווען טויבע קינדער לא עלינו; דאך זעען מיר וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אז זיי זענען געווען ממונה אויף אלע טהרות אין ירושלים (תוספתא תרומות פרק א, ירושלמי שם). זעט מען פון דעם ווי די הייליגע תנאים האבן אויפגעבויט זייערע קינדער; אפילו זיי זענען געווען טויב לא עלינו, דאך זענען זיי געווען גרויסע צדיקים און זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן אויף זייער וועג.


אז דו וועסט האבן סבלנות מיט דיין זון וועט ער אויסוואקסן א געזונטער מענטש, ער וועט אויסוואקסן לויט זיינע כשרונות און דו וועסט האבן אסאך נחת פון אים, אויב אבער דו וועסט אים טשעפען וועט גארנישט בלייבן פון אים.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר אלע דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן און בעט דעם אייבערשטן פאר דעם קינד ער זאל זוכה זיין אז זיין קאפ און מח זאל זיך אים עפענען, ער זאל פארשטיין לערנען און ליב האבן צו לערנען - וועסטו זען גרויסע וואונדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אויף דעם אויבנדערמאנטער תנא רבי יוחנן בן גודגדא (חגיגה ג.) אז זיינע אייניקלעך זענען אויך געווען טויבע, זיי פלעגן זיצן אין בית המדרש ביי די שיעורים פון דעם הייליגן תנא רבי יהודה הנשיא און זיי פלעגן זיך שאקלען און מאכן מיט זייערע ליפן, האט רבי מתפלל געווען אז זיי זאלן ווערן געזונט ביז זיי זענען געווארן אויס טויב; דאס זאלסטו טון טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט - דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן פאר אלע קינדער און פאר דעם קינד, דורכדעם וועסטו זען ניסים.


נאכאמאל, איך בעט דיר און איך ווארן דיר, געב אכטונג אים נישט צו שלאגן און נישט פארשעמען.