שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי הויב איך זיך אויף נאכ'ן דורכפאלן אין ביטערע עבירות?
קדושה, תשובה, תפלות אויף אידיש, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאל ליידער דורך אין די הארבע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעשאסן, איך פיל ווי די וועלט ענדיגט זיך מיר, ווי אזוי קען איך תשובה טון אויף דעם בשלימות? ווי אזוי קען זיך מחזק זיין און זיך צוריק אויפהויבן, און צוריק קומען צום אייבערשטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה איז אזוי שרעקליך, עס הרג'עט דעם מענטש אין אלע וועגן; מען פארלירט די געזונט און מען פארלירט די פרנסה.


דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט ער זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.


מען ווערט זייער בעצבות ובמרה שחורה, מען ווערט א שברי כלי, א צעבראכענער מענטש. אזוי זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", פון די עבירה קומט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און שפירט נישט קיין טעם אין זיין לעבן, מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט.


אבער אויב מען טוט תשובה איז דער אייבערשטע מוחל דעם מענטש און מען באקומט צוריק אלעס, מען ווערט געזונט, מען באקומט צוריק פרנסה און מען גייט ארויס פון די עצבות און מרה שחורה; מען דארף גלייבן אז מען קען תשובה טון, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אִם הָיִיתִי עוֹבֵר חַס וְשָׁלוֹם עֲבֵרָה גְּדוֹלָה בְּיוֹתֵר", אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, "אַף עַל פִּי כֵן לֹא הָיְתָה הָעֲבֵרָה מַשְׁלֶכֶת אוֹתִי כְּלָל", וָואלְט דָאס מִיר גָאר נִישְׁט אַרָאפּ גִיוָוארְפְן, "רַק הָיִיתִי אַחַר הָעֲבֵרָה אִישׁ כָּשֵׁר כְּמוֹ קֹדֶם", אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גִּוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיר, "רַק אַחַר כָּךְ הָיִיתִי עוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה", דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן.


וויין זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין, זאג פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ערליך און ביים סוף פאלסטו אראפ - וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין. מען דארף גלייבן אין דעם אזוי ווי מען גלייבט אז מען קען מקלקל זיין; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אז דו קענסט פאררעכטן.


זאג די תפילה וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דינים:


"רבונו של עולם, זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך זינדיג אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; איך וויל נישט זינדיגן, איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות, איך וויל זיין אן ערליכער איד; וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, איך פארליר מיין שכל, איך קען זיך נישט באהערשן; וויפיל מאל איך נעם זיך פאר אז איך גיי מער נישט טון די עקלדיגע עבירה - פאל איך נאכאמאל אריין אין דעם.


הייליגער באשעפער זע מיין הארץ, זע מיין עכטע ווילן; אלע מקטריגים זאגן אויף מיר אז איך בין נישט גוט, איך בין נישט ערליך - אבער דו זעסט דאך מיין הארץ, ווי שטארק איך וויל זיין אן ערליכער איד, בעט איך דיר, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו תשובה טון, נעם אן מיין תשובה צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל, אמן".


א גמר חתימה טובה.