שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי ווייס איך ווער ס'איז דער אמת'ער צדיק?
חינוך הילדים, מחלוקת, צדיקים, מוהרא"ש, יבנאל, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


יישר כח פאר די ענטפער וואס איר האט מיר געגעבן, איך בין אבער נאכאלץ זייער צומישט אין דעם ענין פון אמונת חכמים ווי ווייט דאס גייט, דארף איך טאקע אינגאנצן אויפהערן צו טראכטן מיט מיין אייגן שכל און זיך אינגאנצן אוועקגעבן פאר א צדיק, איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט ווי אזוי מ'טוט דאס.


איך בין מקורב צו מוהרא"ש ז"ל, איך וואוין אין יבנאל, און איך פרובירט מחנך צו זיין מיינע קינדער אויף דעם וועג, אבער אין דעם ענין פון אמונת חכמים בין איך נישט קלאר, יעדער שרייט אז א צווייטער איז דער צדיק, ווי אזוי קען איך וויסן וועמען איך דארף נאכגיין, ווי אזוי קען מען זיך אוועקגעבן דעם שכל און פאלגן נאר איין צדיק?


יעדער שרייט דאך אז א צווייטער איז דער צדיק, ווי אזוי ווייס איך וועמען צו טראסטן, ווי אזוי ווייס איך צו וועמען איך דארף האבן אמונת חכמים, און ווי אזוי בין איך מחנך די קינדער נישט צו ווערן אריינגעמישט אין מחלוקת חס ושלום?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה - זכור, ח' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי ווייסט מען וועם צו טראסטן וכו'; אויף דעם דארף מען אסאך וויינען און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן אפנארן פונעם יצר הרע, ווייל דער יצר הרע פרובירט מיט אלע וועגן אוועקצושלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט: "ווען איך ווייס שוין אלע עצות און אלע תחבולות ווי אזוי ניצול צו ווערן פונעם יצר הרע, קומט דער יצר הרע מיט א פרישע וועג וואס איך האב נישט געטראכט אז דאס וועט קומען וכו'"; דערפאר דארף א מענטש שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל זיך נישט לאזן נארן.


היינט איז ליידער א וועלט מיט גרויסע שקרנים און פאפערס וואס זוכן צו פארנארן מענטשן און ארויס קוועטשן פון זיי געלט און געניסן פון זייער כבוד וכו'. מען רעדט אויף א הויכע שפראך און מען באנוצט זיך מיט לשונות פון קבלה וואס דער צוהערער האט נישט קיין אנונג וואס ער זאגט און דער וואס זאגט דאס ווייסט נאכמער נישט וואס ער זאגט און עולם גולם לויפט דאס נאך וכו'.


א מענטש דארף זיך שטענדיג מאכן א חשבון הנפש, מען דארף זיך כסדר פרעגן מיטן לשון פון ספורי מעשיות (מעשה א' מאבדת בת מלך): "וואו בין איך אויף דער וועלט?" "וואס טו איך אויף דער וועלט?" האב איך היינט געעפענט א חומש? האב איך היינט געלערנט אפאר פרקים משניות? האב איך היינט געזאגט אביסל תהילים? דאס דארף א מענטש זען אריינצוכאפן יעדן טאג, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים, און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן דער שיחה און מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז דער שיחה דארף זיין דער קאמפוס פונעם מענטש; פונקט אזוי ווי ווען א מענטש פארט אין א שיף אויפן וואסער האלט ער מיט זיך די גאנצע צייט א קאמפוס, כדי ער זאל וויסן צי ער פארט אינעם גוטן ריכטונג, ווייל ווען מען איז אויפן וואסער זעט מען נישט דעם סוף און עס קען אמאל אויסקומען אז מען זאל פארן א לאנגע צייט אין וואסער און באמת איז מען אויפן זעלבן פלאץ, מען האט זיך גארנישט גערוקט נאר מען איז געפארן די גאנצע צייט רינגס און ארום, אבער אז מען קוקט אויפן קאמפוס וואס איר מאגנעט ציט צו צפון זעט ער וואו ער פארט. דאס זעלבע דארף א מענטש לעבן מיט א חשבון הנפש; א מענטש דארף זיך משפט'ן יעדן טאג און אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך?" "רבונו של עולם, איך וויל גארנישט, איך וויל נאר טון דיין רצון".


אזוי אויך דארף א מענטש שטענדיג קוקן אויף זיך; אזוי ווי מען זעט אז בגשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, א מענטש טוט וואס איז גוט פאר אים. ער קוקט ווי אזוי ער קען מצליח זיין און ווי ער קען עפעס פארדינען, דאס זעלבע - און נאך מער - דארף א מענטש קוקן ברוחניות: 'וואו קען איך פארדינען?' 'וואו קען איך מצליח זיין?' א מענטש וואס לעבט מיט א חשבון מאכט זיך א פשוט'ער חשבון: 'איך גיי צו א רבי, וואס געבט מיר דער רבי? וואס באקום איך פון דעם רבי'ן? אויב באקום איך נישט קיין תורה ותפילה, וואס האב איך אז דער רבי פליט אין הימל? וואס האב איך אז דער רבי האט רוח הקודש? וואס האב איך אז דער רבי רעדט א הויכע שפראך, ער רעדט צו נשמות?!' און פארקערט אויך, א מענטש דארף זיין זייער שטארק ביי זיך און טראכטן: 'אויב איך דריי זיך ביי אן ערליכער איד און ער ברענגט מיר צו די הייליגע תורה, ער ברענגט מיר צו צו לעבן מיטן אייבערשטן, קען מיר קיינער נישט אוועק נעמען פון אזא פלאץ, אז איך האב געטראפן א רבי וואס קלעבט מיר צו צום אייבערשטן וועל איך דעם רבי'ן קיינמאל נישט אפלאזן'.


מענטשן פרעגן א קשיא: "וואו איז דער אמת? ווער כאפט אן דעם אמת? יעדער איינער שרייט דאך מיר האבן דעם אמת?!" פרעג א ברסלב'ער חסיד: "וואו איז דער אמת? וועט ער דיר גלייך זאגן: "ביי אונז!" פרעג א חב"ד'סקער חסיד: "וואו איז דער אמת?" וועט ער אודאי ענטפערן: "ביי אונז"; זיצט א ראש ישיבה מיט זיינע תלמידים און קאכן זיך און לויבן זיך: "אה, מיר זענען ביים אמת", ווען אין די זעלבע צייט איז דא א חבורה אין די אנדערע עק וועלט וואס פרייען זיך: "מיר זענען ביים אמת"; נו, פרעג איך אייך: "וואו איז דער אמת? ווי אזוי ווייסט א מענטש אז ער איז ביים אמת? אזוי זיכער ווי דו ביסט אז דו ביסט ביים אמת און דו האסט רחמנות אויף יענעם אז ער ווייסט נישט פון דיין אמת, פונקט אזוי זיכער איז יענער אז ער איז ביים אמת און דו ביסט ביים שקר, נו וואו איז טאקע דער אמת?!"


פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגן, אז דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נא): אמת איז נאר דער אייבערשטער, אזוי ווי עס שטייט א פסוק (ירמיהו י, י): "וַה' אֱלֹקִים אֱמֶת", דער אייבערשטער איז אמת; אויב דו דרייסט זיך ביי א רבי, רב, גוטער איד, וכו' וכו' און ער רעדט צו דיר פונעם אייבערשטן, ער ברענגט אריין אין דיר אמונה און דו הייבסט אן לעבן מיטן אייבערשטן, דו הייבסט אן רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף דיר פארציילסטו פארן אייבערשטן, ווען זאכן גייען נישט אזוי ווי דו ווילסט לעבסטו ווייטער מיט אמונה אין בורא כל עולמים - דאס איז אמת, אבער אויב מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן איז דאס נישט אמת. און אויב אין די זעלבע צייט וואס דו דרייסט זיך ביי א פלאץ וואו מען רעדט פון אמונה און אין די זעלבע צייט איז דא נאך א פלאץ אין דער וועלט וואו מען רעדט פונעם אייבערשטן זענען זיי אויך ביים אמת, און אויב ביי א דריטע פלאץ רעדט מען אויך פונעם אייבערשטער איז שוין דא דריי פלעצער אויף דער וועלט וואס זענען ביים אמת.


נאך פלעגט מוהרא"ש זאגן: "וואס איז אמת?" אֶמֶת איז די ווערטער: "אֶ'הְיֶה מֶ'ת" - איך גיי זיין א נפטר; איך גיי איין טאג ליגן מיט די פוס צום טיר. קיינער וועט דעמאלט נישט קוקן אויף מיר און קיינער וועט נישט טראכטן מער פון מיר; איך גיי ארויף גיין צום אייבערשטן און נאר די גוטע זאכן וואס איך האב אריינגעכאפט וועל איך מיטנעמען אויף יענער וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג מעורר זיין די תלמידים מען זאל גיין מפעם לפעם אין שפיטאל באזוכן חולי ישראל – ה' ירחם עליהם. קודם כל אלץ די מצוה פון ביקור חולים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מ.): "ווער עס איז נישט מבקר חולים איז כאילו שופך דמים"; נאך זאגן חז"ל (נדרים לט:) "כָּל הַמְבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה נִיצוֹל מְדִינָה שֶׁל גֵיהִנָם", ווער עס איז מבקר חולים ווערט ניצול פון גיהנום; צווייטנס - פלעגט מוהרא"ש זאגן - ווען א מענטש גייט אין שפיטאל מבקר חולה זיין אידישע קינדער, זעט ער וואס דער גאנצע מענטשעלע איז... דער גרויסער שטארקער מענטש וואס קומט און גייט און מאכט און טוט, אין איין סקונדע קען ער ווערן אויס מאכער, אויס טוער און אויס קנאקער וכו' וכו', איז פארוואס זאל מען זיך קריגן און זיך פיינט האבן איינער דעם צווייטן?


אז איר שרייבט אז איר זענט "מקורב צו מוהרא"ש ז"ל"; דארפט איר וויסן אז היכל הקודש איז א פלאץ פון תורה, תפילה און שלום בית. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר אריינגערופן ביי זיך אין שטוב אין אומאן א טאג פאר ערב ראש השנה תשע"ג און געלערנט מיט מיר תורה ב' אינעם צווייטן חלק וואו דער רבי זאגט: "וְהָאֱמֶת מֵאִיר בְּרִבּוּעַ הַדִּבּוּר הַנַּ"ל עַל יְדֵי שְׁלשָׁה שֵׁמוֹת הַנַּ"ל, שֶׁהֵם: אֵל, אֱלֹהִים, יְיָ; שֶׁהֵם בְּחִינַת: תְּפִילָּה, וְתוֹרָה, וְשִׁדּוּכִים וְזִוּוּגִים". און מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "דער רבי זאגט דא: וואס איז אמת? אמת איז די דריי זאכן: תורה, תפילה, שידוכים און שלום בית; כל זמן מען רעדט פון תורה תפילה און שלום בית איז עס אמת, אבער אז מען רעדט אנדערע זאכן - דאס איז שוין נישט קיין אמת"; און מוהרא"ש האט מיר געזאגט אז ווען איך רעד זאל איך שטענדיג רעדן פון די דריי זאכן.


דאס האבן מיר געהערט אלע יארן ביי מוהרא"ש נאכאמאל און נאכאמאל: "תורה, תפילה און שידוכים – שלום בית"; איך האב זוכה געווען צו זיין ביי די ליל שישי שיעורים פון מוהרא"ש יעדע וואך פאר איבער צען יאר, יעדע וואך פלעגט מוהרא"ש איבערגיין נאכאמאל און נאכאמאל אז מען דארף לערנען די הייליגע תורה, מיר האבן דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן קענען מיר דאס באווייזן. און אז א מענטש זאל זיך נאר ווענדן צום אייבערשטער ווען ער האט א צרה; עס איז נישט געווען קיין איין שיעור וואס מוהרא"ש ז"ל זאל נישט רעדן פון רעדן צום אייבערשטן.


איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט וועגן אוועק ווארפן די שכל; דער רבי זאגט בפירוש (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנה): "כְּשֶׁהָאָדָם הוּא מַאֲמִין בְּהַצַּדִּיק בְּלִי שׁוּם דַּעַת אֶפְשָׁר לוֹ לִפֹּל מֵהָאֱמוּנָה, כִּי מֵאֱמוּנָה לְבַד אֶפְשָׁר לִפֹּל, אֲבָל אִם יֵשׁ לוֹ גַּם דַּעַת שֶׁמֵּבִין גַּם בְּהַדַּעַת, אֲזַי אִי אֶפְשָׁר לוֹ לִפֹּל", ווען א מענטש גלייבט אין א צדיק אן קיין שום שכל קען ער אוועק פאלן פונעם צדיק, ווייל מיט אמונה אליינס אן שכל, קען מען אוועקפאלן, אבער אויב מען קומט צום צדיק מיט דעת, בנוסף צו די אמונה נוצט ער אויך זיין שכל, פון אזא אמונה קען מען נישט אוועק פאלן; דאס איז וואס מוהרא"ש האט אונז אלע יארן געלערנט: 'איך קום צו א צדיק ווייל דער צדיק ברענגט מיר צום אייבערשטן, ער איז מיר מחזק מיין אמונה, ער שטארקט מיר איך זאל זיך צוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטן'.


בנוגע קינדער; אויב עלטערן מישן זיך אין מחלוקת וועלן זיי צאלן א טייערע פרייז מיט זייערע קינדער. מחלוקת איז א סכנה און עס הרג'עט גוטע און שלעכטע. די ערשטע וואס פאלן ביי מחלוקת זענען קינדער; עלטערן וואס ווילן מצליח זיין מיט זייערע קינדער טארן נישט רעדן אין שטוב קיין שום ליצנות און פאליטיק אויף קיין שום איד, נישט קיין חילוק צי ער איז פון דיין חסידות צו פון די אנדערע, קינדער זענען ריין און הייליג און אויב הערן זיי ווי דער טאטע און מאמע זיצן און שמועסן און לאכן פון איין רבי אויפן צווייטן וועלן זיי מאכן א סך הכל אז ביידע זענען גארנישט און זיי קינדער וועלן אינגאנצן אפלאזן אידישקייט.


עס איז געווען א צייט וואס ביי אונז אין שול אין היכל הקודש אין וויליאמסבורג איז געווען חלוקי דיעות צווישן די מתפללים, עס האט געריסן דאס הארץ פון מוהרא"ש אז מען קריגט זיך. געדענק איך אז מען איז אריין צו מוהרא"ש פרעגן וואס מען זאל טון וכו', דער וואס האט פארגעלערנט האט געפרעגט פון וואס זאל ער רעדן, האט מוהרא"ש געענטפערט: "עס איז דאך דא זאכן וואס ביידע זענט איר איינשטומיג; אלע פון אייך האלטן אז מען דארף בענטשן מיט כוונה, אלע האלטן אז מען דארף זיין פרייליך שבת, נו, רעדט פון זאכן וואס ביידע האלטן אייניג". רעדט פון בענטשן אין א בענטשער; מוהרא"ש האט געזאגט אויב מען בענטשט אין א בענטשער איז דאס א סגולה אויף עשירות. רעדט פון זיין פרייליך שבת; אויב מען איז פרייליך שבת איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות. פארוואס דארף מען זיך קריגן ווען עס איז דא אזויפיל זאכן וואס אלע האלטן אייניג?


דאס זעלבע איז מיט קינדער; אז די קינדער פרעגן שאלות וכו', רעדט מען נאר פאזעטיוו (חיובי), מען רעדט פון רבי'ן; רעדטס פון מוהרא"ש, פארציילט זיי אביסל וואס מיר האבן געהאט אין אונזער דור; פארציילט זיי וואס מיינט א צדיק, אז עס גייט אים גארנישט אן וואס מיט אים וועט זיין, ער וויל נאר איין זאך: 'ברענגען נאך א איד צום אייבערשטן', אזוי ווי משה רבינו וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער האט געזאגט פארן אייבערשטן (שמות לב, לב): "מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ", מעק מיר אויס, אבי אידישע קינדער זאלן נישט פארלוירן גיין. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (תנחומא ואתחנן, סימן ז): ווען משה רבינו האט געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "אדער דו אדער די אידן", האט משה רבינו געזאגט: "יֹאבַד מֹשֶׁה וְאֶלֶף כָּמוֹהוּ, וְאַל יֹאבַד אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל"; דאס איז א צדיק, ער קוקט נישט אויף זיך; ער וויל נאר אז נאך א בחור זאל געראטעוועט ווערן פון עבירות, נאך א פאר-פאלק זאלן זיך פארשטיין, עס גייט אים נישט אן וואס מען וועט זאגן אויף אים וכו', דאס זאלט איר פארציילן פאר אייערע קינדער.


מוהרא"ש פלעגט וויינען ביי אלע שיעורים אויף די מחלוקת וואס איז דא אין ברסלב: "מיר טרינקען דאך פון איין קוואל, מיר נעמען דאך חיזוק פון איין רבי, פארוואס דארף מען זיך בייסן איינער דעם צווייטן?" מוהרא"ש פלעגט זאגן: "אין הכי נמי, דער רבי זאגט טאקע (חיי מוהר"ן, סימן שיט): 'אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת', איך וועל מאכן פון אייך אסאך גרופעס; אבער דער רבי האט נישט געזאגט אז איין גרופע זאל רעדן אויפן צווייטן און איינער זאל פיינט האבן דעם צווייטן".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים, איך וועל מסיים זיין מיט איין קליינע זאך. מוצאי שבת נאכדעם וואס מיר האבן פארלוירן מוהרא"ש, בין איך געפארן קיין בארא פארק צום טשאפל וואו מוהרא"ש איז געלעגן איבער שבת, מען האט מלוה געווען מוהרא"ש מוצאי שבת פרשת יתרו און מען האט געטראגן די מטה קיין ארץ ישראל, דעמאלט בין איך געזיצן אינעם אמבולאנס וואו מוהרא"ש איז געלעגן און איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש צוויי זאכן: איינס, אז איך וועל נישט מאכן קיין מחלוקת צווישן תלמידי היכל הקודש און איך וועל נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת. צווייטנס, אז איך וועל אים מפרסם זיין פאר די גאנצע וועלט; געלויבט דעם אייבערשטן אז ביידע זאכן בין איך מקיים און מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך ווייטער אנהאלטן די הבטחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.