שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי ערקלערט מען פאר קינדער אז מיר פירן זיך אנדערש פון די קרובים?
חינוך הילדים, סמארטפאון, הדרכות, קאמפיוטער, משפחה, מורה דרך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען זיך זייער מחזק מיט די בריוו פון "עצתו אמונה", א גרויסן יישר כח.


מיר האבן געוואלט פרעגן א זאך וואס שטערט אונז זייער שטארק. אין אונזער משפחה איז דא פילע פעטערס און קאזינס ארום און ארום וואס זיי אלע דרייען זיך מיט סמארטפאונס, האבן קאמפיוטערס אין שטוב, און אזוי ווייטער. זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, זיי זאגן אז די ערוואקסענע דארפן זיך אביסל אויסלופטערן, און די קינדער טאר מען נישט האלטן אזוי פארמאכט.


מיר זענען זייער קעגן דעם, מיר האבן נישט די אלע זאכן, מיר ווילן נישט ווייזן קיין ווידיאס פאר די קינדער. אבער די קינדער טרעפן זיך אסאך מיט די קרובים, און זיי ווילן אויך זען וואס די אנדערע זעען.


ווי אזוי קען מען דאס מסביר זיין פאר די קינדער אז מיר זענען אנדערש פון זיי? זיי גייען דאך אנגעטון פונקט ווי אונז, און ווי אזוי קענען די קינדער פארשטיין אז מיר גייען אויף אן אנדערן וועג?


פארשטייט זיך אז מיר זענען אסאך מתפלל פאר די הצלחה פון די קינדער ברוחניות ובגשמיות, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אז אלעס פועל'ט מען נאר מיט תפלה, אבער מיר דארפן אויך אן עצה אויף למעשה ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין דעם ענין, און ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער איבער דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, י"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל זענען די עלטערן וואס געבן אכטונג אויף זייער שטוב, אויף זייערע קינדער; זיי זאלן אויפוואקסן אפגעהיטן און ריין.


זייער גוט טוט איר אז איר שטייט ווייט פון טעלעפאון און קאמפיוטער אז די קינדער זאלן וואקסן ערליך און ריין; איר וועט האבן נחת און שניידן שיינע פירות.


בנוגע וואס צו זאגן פאר די קינדער ווען זיי זעען ביי משפחה אז זיי האבן טעלעפאונס, קאמפיוטערס וכו' וכו'; וואס זאגט מען? וואס ענטפערט מען? די שאלה איז א כלליות'דיגע שאלה, עס איז נישט נאר ביי טעלעפאונס, עס איז ביי אלעס, ביי זייער אסאך משפחות צעטיילט זיך די משפחה, א טייל זענען זייער איידל און אפגעהיטן און א טייל זענען מער צעפלויגן און פראסט וכו'; שטעלט זיך די פראגע, וואס זאגט מען פאר די קינדער ווען זיי פרעגן 'פארוואס טארן מיר נישט גיין אנגעטון נאר אזוי און אזוי, און די אנדערע טייל פון די משפחה גייען אנגעטון ווי אזוי זיי ווילן?' אדער קען מען הערן קינדער פרעגן 'פארוואס טארן מיר נישט עסן ביי די פלאץ, בשעת אונזערע פעטערס און מומעס מיט זייערע משפחות עסן יא דארט?' זייער אסאך מאל איז עס גאר נאנטע משפחה און עס איז אזעלכע זאכן וואס מען קען נישט ווייזן קלאר פאר די קינדער אז די אנדערע טוען קעגן די תורה, שטעלט זיך די פראגע, וואס זאגט מען? וואס ענטפערט מען?


דאס בעסטע איז אז מען רעדט צו די קינדער שטענדיג פון האבן א מורה דרך אין לעבן; פון האבן א רב, אן ערליכער איד, וואס ער לערנט אונז ווי אזוי מען זאל זיך פירן - אזוי פירן מיר זיך און היות אונזער רב זאגט מיר זאלן נישט האבן קיין טעלעפאון און קאמפיוטער אין שטוב - פאלגן מיר וואס אונזער רב זאגט, קען זיין אז די איבריגע משפחה האבן אנדערע שיטות, אנדערע וועגן וכו'. אונזער רב זאגט מיר זאלן גיין אנגעטון אזוי און אזוי, אונזער מורה דרך לערנט אונז מיר זאלן עסן נאר די הכשר וכו', וכו'.


לייגט אריין אין די קינדער זיי זאלן ליב האבן ערליכע אידן, ארויפקוקן ערליכע אידן; זיי זאלן וויסן אז מען דארף האבן אן ערליכער איד וואס פירט דער לעבן. חזר'ט מיט זיי אז א איד קען נישט טון וואס מען וויל, א איד האט די תורה, מען דארף גיין אין די וועג פון די תורה און אין יעדן דור מאכן זיך נייע שאלות און נייע ספיקות, דארף מען האבן ערליכע אידן תלמידי חכמים יראי השם וואס זיי ווייזן אונז וואס דער וועג פון תורה איז.


אז מען לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו תלמידי חכמים יראי השם, וועלן זיי וואקסן ערליכע אידן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", ווער עס איז מכבד תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו האבן איידעמער תלמידי חכמים, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", און ווער עס האט מורא פון תלמידי חכמים, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָא מֵרַבָּנָן", וועט אליינס ווערן אן ערליכער איד; חס וחלילה אוועק מאכן ערליכע אידן, חס וחלילה שפעטן פון תלמידי חכמים, די אלע וואס מאכן חוזק פון ערליכע אידן, שפעטן פון ערליכע אידן - וועלן זייערע קינדער אוועקגיין פון אידישקייט.


ווען מען פארענטפערט אזעלכע פראגעס דארף מען בעיקר רעדן פון זיך, נישט אוועק מאכן אנדערע; דאס הייסט, דער עיקר זאל מען רעדן פון האבן א רב, א מורה דרך וואס ער ווייזט אונז ווי אזוי מיר זאלן לעבן. וואס ווייניגער רעדן קעגן די איבריגע משפחה, מען קען רעדן קעגן דעם פראבלעם, דאס שעדליכקייט פונעם פראבלעם, אבער נישט אוועק מאכן די משפחה.


אז מען לייגט אריין אין די קינדער פון יוגנט אז 'מיר האבן א וועג ווייזער' - ווערן זיי קלאר, זיי ווערן נישט צומישט ווען זיי זעען אנדערע גייען אין אנדערע וועגן. דאס האט דער הייליגער תנא רבי אליעזר געזאגט פאר זיינע תלמידים איידער ער איז נסתלק געווארן (ברכות כח:), ווען זיי האבן אים געבעטן: "רֶבִּי, לַמְּדֵנוּ אָרְחוֹת חַיִּים", רבי, איידער דער רבי גייט אוועק פון אונז זאל אונז דער רבי זאגן ווי אזוי זאלן מיר זיך פירן, האט ער זיי געזאגט אפאר וויכטיגע זאכן, איינע פון די זאכן האט ער זיי געזאגט: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", איר זאלט נעמען אייערע קינדער זיי זאלן זיך דרייען ביי ערליכע אידן, לערנען די וועג פון די תורה, אזוי וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.