שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך אוועקנעמען מיין מאן פון זיין טעבלעט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קאמפיוטער, סבלנות, מאוויס, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און איך פרוביר זייער שטארק פאלגן אלע עצות וואס דער רבי לערנט אונז.


מיין מאן איז א צדיק, ער שטייט אויף זייער פרי צו קענען דאווענען געהעריג מיט מנין, ער ארבעט שווער און מאכט צייט צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד. און ספעציעל פירט ער זיך זייער שיין אויף אינדערהיים און העלפט ארויס מיט די קינדערלעך ווען ער קען, איך האב ברוך ה' א לעכטיגע שיינע לעבן.


מיין שאלה איז, דער ראש ישיבה רעדט כסדר פון פארקוקן און סובל זיין, וויל איך וויסן וויפיל איז די שיעור? מיין מאן האט איין שוואכקייט וואס שטערט מיך, נאך די ארבעט לופטערט ער זיך אויס מיט זיין ארבעט'ס טעבלעט, איך ווייס אז ער קוקט נאר מוזיק ווידיאס און נישט מער, אבער ס'גייט מיך אין לעבן.


איך מאך אסאך תפילה אויף דעם, און כ'האב פרובירט צו רעדן שיין צו אים דערוועגן, אבער גארנישט האט זיך געטוישט. עס שטערט מיך אים צו זען דערמיט. וואס קען איך טון אים צו העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס לערנט און דאווענט און העלפט אייך, הערט נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים אז איר האט א ליכטיגע שטוב; וויפיל פרויען וואלטן ווען געוואלט האבן די סארט לעבן, די סארט מאן, די סארט שטוב, א שטוב וואס מען דאווענט, א שטוב וואס דער מאן איז זיך קובע שיעורים צו לערנען, א מאן וואס העלפט?


דאס וואס עס שטערט אייך אז אייער מאן לויפט צום טעבלעט קוקן מוזיק קליפס, איר ווילט א שטוב אן די אלע זאכן; וויסן זאלט איר אז דאס גייט נישט אין איין מינוט. איר דארפט פארשטיין אז די טעבלעט איז א שטארקע מאגנעט, עס ציט זייער שטארק; דאס נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט, עס טראגט אים אין אן אנדערע וועלט. קליפס און מאוויס איז א זאך וואס איז שטערקער פון אלעס, אינמאל מען הייבט אן דערמיט איז זייער שווער ארויס צו קריכן פון דעם, ווייניג מענטשן וואס קענען זיך ערהוילן פון דעם.


אבער איין זאך איז שטערקער פון דעם, תפילה והתבודות, בעטן דעם אייבערשטן - דאס איז שטערקער פון אלעס; אז איר וועט בעטן טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט אויף דעם - וועט איר זען ווי איר וועט פועל'ן.


מען דארף האבן אסאך סבלנות, מען טאר נישט אויפהערן בעטן דעם אייבערשטן. אפילו מען זעט נישט ווי עס רירט זיך עפעס, מען שפירט נישט ווי איינער הערט וואס מען בעט, מען זעט נישט עפעס זאל זיך טוישן - דארף מען ווייטער זיין געדולדיג און בעטן דעם אייבערשטן ביז מען זעט די ישועה.


דא האט איר א קליינע תפילה צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערער מאן און פאר מיינע טייערע קינדער; הייליגער באשעפער, דו ביסט אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר אזויפיל חסדים, האסט מיר געגעבן א ליכטיגע שטוב, איך דאנק דיר פאר אלעס.


הייליגער באשעפער, עס איז דא א זאך וואס טוט מיר זייער וויי, עס שטערט מיר אז מיין מאן לויפט צום טעבלעט, צו זיין טעלעפאן - קוקן קליפס און מאוויס; עס שטערט מיר אזוי שטארק, דאס מאכט מיר אין א שלעכטע גוסטע, דאס מאכט מיר וויינען, איך וויל נישט מיין מאן זאל זיין פארנומען מיט די זאכן. הייליגער באשעפער העלף מיר אז מיין מאן און מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן יראי השם, זיי זאלן נישט פארברענען זייערע יארן מיט נארישע זאכן; לייג אריין אין מיין מאן א הייליגע גייסט, ער זאל פאלגן צדיקים וואס האבן אונז געזאגט מיר זאלן נישט האבן קיין טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער - צו קוקן קליפס און מאוויס.


הייליגער באשעפער, העלף מיר עס זאל נישט שטערן מיין שלום בית; העלף מיר איך זאל קוקן גוט אויף מיין מאן, איך זאל קוקן אויף אים מיט רחמנות, איך זאל אים דן זיין לכף זכות, איך זאל פארשטיין אז עס איז אים שווער דאס אפצולאזן אויף איין מאל; מיר זאלן ווייטער לעבן מיט שלום, מיט ליבשאפט, מיר זאלן ביידע האבן איין ציל, אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ערליכע אידישע דורות, אמן סלה".


איר וועט נאר קענען פועל'ן אויב איר וועט אים ווייטער ליב האבן, איר וועט קוקן אויף אים גוט; איר וועט פארשטיין אז דאס איז א שוואכקייט, א שווערע נסיון - נאר אזוי וועט איר עס קענען פועל'ן. איר זאלט חס ושלום נישט לאזן דעם פרומען יצר הרע אפקילן דאס ליבשאפט פון ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.