שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך האבן געלט, אז מיין טאטע האט גארנישט מיר צו געבן?
לימוד התורה, בחור, כיבוד אב ואם, פרנסה, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, און מיין טאטע האט נישט קיין פרנסה, ער האט אסאך חובות. אסאך מאל דארף איך עפעס קויפן אבער איך האב נישט פון וועמען צו בעטן געלט, ווייל מיין טאטע האט באמת מיר נישט צו געבן, און איך האב זיכער נישט. זאל איך אפשר גיין נאך צדקה? אדער זאל איך גיין ארבעטן?


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב אין ישיבה לערנען תורה. דו וועסט נאך גענוג ארבעטן אין לעבן; נאך אביסל וועסטו חתונה האבן און דו וועסט דארפן ברענגען פרנסה פאר דיין משפחה, דעמאלט וועסטו יוצא זיין דעם (בראשית ג, יט): "בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם"; דעריבער זאלסטו בלייבן לערנען די הייליגע תורה וועט דער אייבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.


אין שלחן ערוך הלכות צדקה ווערט גע'פסק'ט (יורה דעה, סימן רנ), אז ווער עס האט נישט קיין געלט מעג גיין נאך געלט; דעריבער אז דיין טאטע האט נישט קיין פרנסה, ער זינקט אין חובות און דו האסט נישט פון וועם צו בעטן געלט ווען דו דארפסט קויפן מלבושים וכדומה - מעגסטו גיין נאך געלט; אבער גיי נישט נאך געלט נאר פאר וואס דו דארפסט.


גיי נאך געלט פאר דיינע עלטערן; עס נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי דאס אז א קינד העלפט זיינע עלטערן. ביי אונז אין ישיבה איז דאס איינגעפירט ביי אלע בחורים, זיי גייען נאך געלט יעדע נאכט ביי הייזער און ביי חתונות; אביסל ברענגען זיי פאר די ישיבה און די איבעריגע געלט געבן זיי פאר די עלטערן, זיי צאלן אויס די באלאנס אין גראסערי, און ביי די פיש און פלייש געשעפט; זיי דערשמעקן אין שטוב וואו מען דארף געלט און פארוואס מען דארף געלט און שטעלן דאס צוזאם שטילערהייט.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי העלפן די עלטערן זיי זאלן קענען לעבן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן און איך בעט פון ענק נאר איין זאך "איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן"; דעריבער זאלסטו בלייבן אין ישיבה לערנען פלייסיג. מיט דעם וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן און ביינאכט זאלסטו העלפן דיינע עלטערן וויפיל דו קענסט.


אז דו גייסט צוזאמשטעלן געלט פאר דיינע עלטערן זאלסטו אכטונג געבן עס זאל זיין בדרך כבוד, ווייל עס איז גארנישט ווערד אז א קינד האלט אויס זיינע עלטערן און ער רעדט צו זיי מיט חוצפה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה פרק א, הלכה א): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", עס איז דא אמאל א קינד וואס האלט אויס זיין טאטע, ער ברענגט אים צו עסן געשטאפטע גענז, מיט דעם אלעם וועט ער גיין אין גיהנום, "וְיֵשׁ שֶּׁהוּא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", ווידעראום איז דא אמאל א קינד וואס מאכט זיין טאטע טון שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער האבן גן עדן; ווי אזוי קען זיין א מענטש וואס געבט זיין טאטע צו עסן די בעסטע עסן זאל גיין אין גיהנום? ברענגט די גמרא אראפ א מעשה, עס איז געווען א מעשה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה מַאֲכִיל לְאָבִיו תַּרְנְגּוֹלִים פְּטוּמִים, עס איז געווען איינער וואס האט אויס געהאלטן זיין טאטע, דער טאטע איז שוין געווען אלט, ער האט נישט געקענט ארבעטן און דער זון פלעגט אים ברענגען יעדן טאג געשטאפטע גענז, "פַּעַם אַחַת אָמַר לוֹ אָבִיו: בְּנִי, הַלָּלוּ מִנַּיִן לְךָ?" איין טאג פרעגט אים זיין טאטע: פון וואו האסטו אזעלכע געשמאקע גענז? "אָמַר לוֹ: זָקֵן, זָקֵן, אֱכֹל וּשְׁתוֹק, שֶׁהַכְּלָבִים אוֹכְלִים וְשׁוֹתְקִים", האט ער זיך אנגערופן צום טאטן מיט געשפעט: אלטע טאטע וואס רעדסטו אזוי פיל, שווייג און עס, אפילו הינט ווען זיי עסן בילן זיי נישט, פרעג נישט קיין קשיות, עס און שוין, "נִמְצָא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", קומט אויס אז אין הכי נמי, ער געבט טאקע צו עסן דעם טאטן, אבער ער וועט גיין ביים סוף אין גיהנום, ווייל ער רעדט מיט חוצפה.


נאכדעם איז דא איינער וואס נעמט דעם טאטן צו ארבעטן שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער גיין אין גן עדן, ווי אזוי איז דאס שייך? דערציילט די גמרא: "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה טוֹחֵן בָּרֵחַיִים", עס איז געווען איינער וואס האט געארבעט שווער ביי א מיל, "שָׁלַח הַמֶּלֶךְ לְהָבִיא טוֹחַנִים לַעֲבוֹדָתוֹ", איין טאג האט דעם איד'ס טאטע באקומען א באפעל פונעם קעניג ער זאל קומען ארבעטן ביי אים אין פאלאץ, "אָמַר לוֹ לְאָבִיו, אַבָּא, הִכָּנֵס וּטְחֹן תַּחְתַּי וַאֲנִי אֵלֵךְ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ", האט דער זון געזאגט: טאטע, נעם איבער מיין ארבעט ביים מיל און איך וועל גיין אנשטאט דיר ארבעטן ביים קעניג, "אִם יַגִּיעַ לִידֵי בִּזָּיוֹן, אֶתְבַּזֶה אֲנִי וְלֹא אַתָּה", אז דו זאלסט נישט ווערן פארשעמט ביים קעניג, (אדער ווי רש"י זאגט (בבלי קידושין לא:): וַאֲנִי אֵלֵךְ תַּחְתֶּיךָ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ שֶּׁאֵין לָהּ קִצְבָה), "נִמְצָא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", קומט אויס אז דער האט געמאכט זיין טאטע ארבעטן שווער און ער באקומט שכר אויף דעם; זעט מען פון דעם אז עס איז נישט גענוג צו העלפן א טאטע בלויז מיט געלט, ווייל אויב מען רעדט מיט עזות וועט מען באקומען א גרויסער עונש.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און האבן פרנסה בשפע אז דו זאלסט שטענדיג קענען העלפן דיינע עלטערן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.