שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך זיך אויסקומען מיט מיין יונגערע שוועסטער?
מדות טובות, חיזוק פאר מיידלעך, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען פארן ראש ישיבה, וואס האט מיר ממש געגעבן א נייע לעבן, א נייע מח, פשוט שכל! איך לעב מיט אמונה, תפילה, און התבודדות, איך רעד שיין אין שטוב צו טאטע מאמע, איך פאלג זיי אויפ'ן רגע, א זאך פון וואס זיי שעפן פיל נחת פון מיר.


איך האב א זאך וואס איך מוטשע זיך זייער שטארק מיט דעם,
איך האב א שוועסטער וואס איז יונגער פון מיר, און איך וועל זאגן דעם אמת אז איך האב איר נישט ליב, איך האב נישט ליב איר נאטור, איך זוך אלץ נישט צו זיין מיט איר צוזאמען, און נישט זיצן נעבן איר. איך ווייס נישט ווער ס'מאכט נערוועז וועמען. אבער די מציאות איז אז מיר האבן זיך נישט אזוי ליב און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך האב זיך אזויפיל מאל אונטערגענומען קבלות צו רעדן צו איר שיין, איר פאלגן וואס זי בעט מיר, איר ענטפערן שיין, עס איז מיר אבער זייער שווער. איך רעג זיך אויף אזוי שנעל ווען זי רעדט צו מיר, איך דארף זיך איינהאלטן מיט אייזערנע כוחות צו רעדן שיין צו איר. און אז איך רעד שיין צו איר איז עס נאר ווייל איך ארבעט זייער שטארק אויף מיר.


איך וויל א עצה, איך וויל וויסן צי איך וועל נאך קענען אמאל זיצן און שמועסן מיט איר שיין אזוי ווי צוויי גוטע פריינד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס דארף אייך נישט שטערן אז איר קומט זיך נישט אויס מיט אייער יונגערע שוועסטער. עס איז דא ביי אסאך יונגע מענטשן דעם געפיל; מען לויפט אוועק פון די געשוויסטער, מען ווערט נערוועז פון זיי. רוב מאל קומט דער געפיל ווייל מען מיינט אז מען טראגט די אחריות אויף זיי, מען שפירט ווי מען וועט ווערן פארשעמט פון זייער רעדן, פון זייער אויפפירונג און דאס גלייכן.


אז איר וועט אריין נעמען אין זיך אז איר טראגט נישט קיין אחריות ווי אזוי אייער שוועסטער פירט זיך אויף, עס איז נישט אייער אחריות ווי אזוי זי פירט זיך - וועט אייך זיין גרינגער איר אויפפירונג, איר וועט קוקן אויף איר ווי מען קוקט אויף א פרעמדע מיידל, וועט עס אייך נישט אזוי נערוועז מאכן.


ווען איר מאכט קבלות, איר ווילט זיין גוט; דארפט איר נישט מאכן קבלות צו פאלגן אייער שוועסטער און צו טון וואס זי בעט אייך, פאלגן זאלט איר אייערע עלטערן און פאלגן דארף מען דעם אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן שיין צו אלעמען, אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו בעט זיך צום אייבערשטן: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ", איך זאל רעדן צו מיינע פריינט שיין, "וְאַל יַעֲלֶה בְּלִבֵּנוּ שׁוּם שִֹנְאָה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרוֹ חָלִילָה", איך זאל קיינעם נישט פיינט האבן.


ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט מען מער און מער אויסגעארבעט; עס באדערט שוין נישט אזויפיל זאכן, עס שטערט נישט מער די זאכן וואס פלעגן שטערן ביז אהער. רעדן צום אייבערשטן איז אזוי ווי דאס כשר מאכן פלייש, מען זאלצט די פלייש ארויס צו נעמען די בלוט, דאס זעלבע איז התבודדות; ווען מען איז זיך מתבודד, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, מען בעט אים ער זאל העלפן ארויס נעמען די שלעכטע מידות פון זיך, דורכדעם גייט ארויס די גאנצע שלעכטע נאטור און מען ווערט א כשר שטיקל פלייש, מען ווערט אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.