שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קענען מיר אוועקשלעפן אונזער בחור פונעם סמארטפאון?
קדושה, בחור, חינוך הילדים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן א בחור וואס פאלט ליידער, ער האט זיך געשאפט א סמארטפאון צו קוקן שלעכטע זאכן, און בכלל איז זיין התנהגות זייער שוואך. א בעל מחנך האט מיר געגעבן אן עצה איך זאל פארן מיט אים אויף ווייטע אינטערעסאנטע פלעצער און אזוי אים מקרב זיין, ער זאל שפירן אז מיר ווילן פארברענגען מיט אים. מיר האבן טאקע אזוי געטון, מיר זענען געפארן מיט אים, און קודם האט אונז זייער געשטערט אז מיר פארן דאך ווייל מיר ווילן אים מקרב זיין און מיר האפן אז אזוי וועט ער האבן מער שמירת עינים, און דערווייל דארף מען זיך דרייען אין לופטפעלד און גוי'אישע האטעלן און אין נאך אזעלכע פלעצער וואס איז בכלל נישט געאייגנט פאר שמירת עינים. אבער נאך פיל מער האט אונז געשטערט אז זייענדיג שוין דארט, איז ער ווייטער אלעמאל געווען פארנומען צו קוקן אין זיין טעלעפאן, ס'האט אים בכלל נישט אינטערעסירט די אלע אינטערעסאנטע זאכן.


וואס איז די עצה, ווי אזוי קענען מיר מקרב זיין אונזער בחור? ווי אזוי קענען מיר אים צוריק ברענגען אויפ'ן גלייכן וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר דארפן וויינען און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז און אונז ראטעווען פון דעם חושך כפול ומכופל - די שרעקליכע צרה פון אינטערנעט. וויפיל מען זאל נאר רעדן וועגן דאס שעדליכקייט פון האבן אן אפענעם קאמפיוטער, סמארטפאון, אייפאד וכו' - איז נישט גענוג; דאס האט שוין ליידער חרוב געמאכט צענדליגער משפחות.


דאס איז א שרעקליכע צרה פאר אונזער דור; ווען מען האט אן אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער אן אייפאד, טעבלעט, סמארטפאון וכו', קען מען זען אלע שמוץ אויף דער וועלט; דאס נעמט אוועק די גאנצע יראת שמים פון א מענטש, דאס קילט אפ די אמונה פון א איד און ברענגט אריין אין אים כפירות און אפיקורסות און נאכדעם ווערט מען אינגאנצן אומגליקליך.


ווען מען קוקט שמוציגע מאוויס וכו' ווערט מען צוגעקלעבט צו דעם ביז עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען דערפון; אזוי ווי די וואס זענען צוגעבינדן (עדיקטעד) צו דראגס וכו' אדער צו אלקאהאל וכו' קענען זיך נישט אפרייסן דערפון, אזוי אויך דער וואס האט א קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער אן אייפאד, סמארטפאון וכו' און קוקט שמוציגע מאוויס וכו', דער ווערט זייער צוגעקלעבט דערצו ביז עס איז שוין זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם, דער מח ווערט אינגאנצן אויסגעברענט פון די אלע עקלדיגע שמוציגע מאוויס, ביז מען פאלט אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן, נאכדעם הייבט מען אן צו האבן קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן.


יעצט ווען אייער זון איז צוגעקלעבט צום טעלעפאון, עס אינטערעסירט אים שוין נישט קיין שום זאך השם ישמרינו, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן טאג איין טאג אויס ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אויף אלע אידישע קינדער, עס זאל אריין גיין אין זיי א ריינקייט זיי זאלן זוכה זיין תשובה צו טון.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס תפילה איז; דער רבי האט געהאט א תלמיד רבי נפתלי זכרונו לברכה, ער איז געווען פון די צוויי עדות וואס דער רבי האט גענומען פאר'ן תיקון הכללי, וואס דער רבי האט מבטיח געווען: "ווען איך וועל אוועקגיין פון דער וועלט און מען וועט קומען אויף מיין ציון געבן א פרוטה לצדקה לזכותי און זאגן דעם תיקון הכללי, אפילו דער מענטש זאל זיין זייער א גרויסער בעל עבירה, וועל איך אים מתקן זיין און אים א טובה טון; ביי די פיאות וועל איך אים ארויס ציען פון שאול תחתית".


דער רבי נפתלי האט געהאט א זון וואס איז ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, פלעגט רבי נפתלי גיין יעדן טאג צום ציון און מתפלל זיין אז דער זון זאל שטארבן, תפילה האט דאך א גרויסן כח און זיין זון איז טאקע געשטארבן. ווען רבי נתן זכרונו לברכה האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר זיין חבר רבי נפתלי: "נפתלי, איך פארשטיי דיר נישט, אז דו האסט א כח פון דאווענען, פארוואס האסטו געבעטן ער זאל שטארבן, וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן".


זאלסט יעדן טאג נאס מאכן דעם ספר תהילים מיט טרערן, וויינען צום אייבערשטן ער זאל צוריק קומען; דאס זאלסטו טון ווען ער איז נישט אינדערהיים, אבער בפניו פאר אים זאלסטו זיין פרייליך; זאלסט אים מקרב זיין און רעדן שיין צו אים, עס פעלט נישט אויס צו פארן אויף פלעצער וכו'. אין די צייט ווען אלע קינדער שלאפן אדער אינמיטן טאג וכדומה, דעמאלט זאלסטו וויינען צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע שינוים לטובה ביי אים, ביז ער וועט אינגאנצן צוריק קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.