שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי שעמט מען זיך פונעם אייבערשטן?
עבודת השם, התחזקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק.


איך הער אסאך ביי די שיעורים אז מ'דארף זיך שעמען פונעם אייבערשטן, איך פארשטיי אבער נישט וואס דאס מיינט. זיך שעמען פון א מענטש פארשטיי איך אז דער מענטש מיינט דאך אז איך בין ווער ווייסט וואס, און פלוצלינג האט ער מיר געכאפט ביי די מעשה, ווער איך פארשעמט; ווען עס קומט אבער צום אייבערשטן, וואס ער באגלייט מיר ביי טריט און שריט, ער ווייסט אלעס וואס כ'האב געטון, גערעדט, און געטראכט מיין גאנץ לעבן, איז עס נישט אזוי ווי ער האט מיר פלוצלינג געכאפט ביי עפעס שלעכטס, ממילא וואס איז שייך זיך צו שעמען?


איך האף איר וועט מיר דאס קלאר שטעלן. יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, ו' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאר דער הייליגער תנא רבי יוחנן בן זכאי איז נפטר געווארן זענען געקומען זיינע תלמידים זיך געזעגענען פון אים און זיי האבן אים געבעטן (ברכות כח:): "רֶבִּי, בָּרְכֵנוּ", דער רבי זאל אונז בענטשן פאר ער גייט אוועק פון די וועלט, האט דער הייליגער רבי יוחנן בן זכאי זיי געבענטשט מיט די פאלגענדע ברכה: "יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּהֵא מוֹרָא שָׁמַיִם עֲלֵיכֶם כְּמוֹרָא בָּשָׂר וָדָם", איך בענטש אייך אז איר זאלט מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי איר האט מורא פון א בשר ודם, האבן די תלמדים געפרעגט: "רֶבִּי, עַד כַּאן?" דער רבי געבט אונז אזא קליינע ברכה, מיר זאלן מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי מיר האבן מורא פון א בשר ודם און נישט מער? "אָמַר לָהֶם, וּלְוַאי", האט ער זיי געענטפערט: "הלואי זאלט איר מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי איר האט מורא פון א בשר ודם, ווייל דעמאלט וועט איר מער נישט זינדיגן", ווייל ווען א מענטש וויל טון אן עבירה זארגט ער זיך אז קיינער זאל נישט וויסן וואס ער טוט, ער פארמאכט אלע פענסטערס און אלע שפאלטענס אז קיינער זאל נישט אויסגעפונען וואס ער טוט, אבער דער מענטש טראכט נישט: 'געוואלד און געשריגן, דער אייבערשטער איז דאך דא, ער זעט אלעס וואס איך טו'.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז (בראשית רבה פז, ה) אז ווען אשת פוטיפר האט געמוטשעט יוסף הצדיק צו טון מיט אים אן עבירה, ווען זי האט געזען אז יוסף הצדיק דריידט זיך שטענדיג ארויס פון איר און ער וויל נישט טון די עבירה, האט זי אים פארגעשלאגן אז זי גייט צודעקן אלע פיקטשערס פון די ווענט און אזוי האט זי געטון, זי האט ארויפגעלייגט ליילעכער אויף אלע געטשקעס און אויף אלע פיקטשערס און געקומען צו יוסף און געזאגט: "יעצט זעט קיינער נישט וואס מיר טוען, יעצט זאלסטו מיר צו הערן", האט יוסף הצדיק געלאכט און געזאגט: "דיינע געטשקעס קענסטו צודעקן, די אלע בילדער קענסטו פארדעקן, אבער דער אייבערשטער איז דא און ער זעט אלעס, פון אים קען מען זיך נישט באהאלטן".


זוכה זיין צו האבן א ריינע אמונה, מען זאל שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא - דאס באקומט מען דורך דעם צדיק, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; אז מען פאלגט דעם הייליגן רבינ'ס עצה, מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, וואס מען דארף בעט מען דעם אייבערשטן און ווען מען קען נאר דאנקט מען דעם אייבערשטן - דורכדעם ווערט אויסגעקלארט די אמונה ביז מען הייבט אן שפירן אז "דער אייבערשטער איז דא", דעמאלט פירט מען זיך אויף איידל און מען רעדט איידל, דעמאלט איז מען זוכה צו לעבן מיט וואס דוד המלך זאגט (תהלים טז, ח): "שִׁוִּיתִי יְיָ לְנֶגְדִּי תָמִיד", איך לעב שטענדיג מיטן אייבערשטן, און מיט דעם הייבט זיך אן דער שלחן ערוך (אורח חיים סימן א, סעיף א): "שִׁוִּיתִי יְיָ לְנֶגְדִּי תָמִיד" - הוּא כְּלָל גָּדוֹל בַּתּוֹרָה וּבְמַעֲלוֹת הַצַּדִּיקִים הַהוֹלְכִים לִפְנֵי הָאֱלֹקִים".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א ריינע אמונה און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.