שאלה אין קורצן ענין
#1 - וועל איך נאך אמאל זיין אן ערליכער איד?
בחור, עבודת השם, תשובה, התחזקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען דעם פארגאנגעם שבת פרשת ויגש ביים "שבת סיום הש"ס", און איך האב א גאנץ שבת ממש געוויינט. איך קוק זיך ארום און איך זע ווי בחורים אין ישיבה וואס זענען אריינגעקומען נאך מיר האבן שוין געענדיגט ש"ס, און וואו בין איך? איך לערן שוין אין ישיבה א פאר יאר און איך האלט נאך ביי גארנישט.


איך מוטשע זיך שוין יארן ממש בלויז צו זיין א פשוטער איד, מיט פשטות יהדות. איך האב געטון גרויסע נארישקייטן אלס יונגער בחור, און זייט דעמאלט מוטשע איך זיך זייער אין אידישקייט, איך האב נישט געוואוסט דעמאלט אין וואס איך לאז זיך אריין, איך האב נישט געוואוסט אז איך וועל זיך דארפן אזוי שטארק מוטשען מיט פשטות יהדות. יא מחלל שבת זיין אדער נישט מחלל שבת זיין, יא גיין מיט א מיידל אדער נישט גיין מיט א מיידל, וכו' וכו'.


טייערער ראש ישיבה, איך קען נישט מער, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין גוט, אבער איך מוטשע זיך שוין אויף די זעלבע זאכן פאר אפאר יאר, און איך האב מער נישט קיין כח. וואס איך האב געטון האב איך געטון, הלואי וואלט איך עס געקענט צוריק דרייען, אבער יעצט וויל איך זיין גוט.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה קען מיר העלפן, און איך בעט זייער אז דער ראש ישיבה זאל מיר טוישן צום גוטן. איך וויין מיט טייכן טרערן יעצט בשעת'ן שרייבן דעם בריוו, ווייל איך ווייס אז איך וויל באמת זיין אן ערליכע איד, אבער איך שפיר אז איך בין שוין פארטיג, איך געב שוין אויף, איך קען נישט נישט מער.


איך בעט זייער דעם ראש ישיבה מיר צו העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט זיין צעבראכן צוליב דיין עבר; יעדער איד קען תשובה טון און אנהויבן א נייע בלעטל אין לעבן, נישט קיין חילוק וואס מען האט אלץ אפגעטון קען מען אייביג צוריק קומען צום אייבערשטן.


דאס וואס דו טראכסט שטענדיג פון דיין פארגאנגענהייט - איז מעשה שטן וואס האקט דעם מענטש אין קאפ: "דו ביסט ממילא גארנישט"; "דו האסט געטון דאס און דאס"; ביז דער מענטש ווערט צעבראכן און קערט זיך צוריק צו זיינע שלעכטע מעשים.


דריי זיך נישט ארום מיט א שולד געפיל פונעם פארגאנגענהייט, פארגעס וואס איז געווען און הויב אן פון פריש. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט א גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, דאס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט גורם געווען אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב עס איז אויבן אין הימל ווען מען טוט תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה קומט ער אן ביז'ן כסא הכבוד; אין איין סעקונדע קען מען אנקומען פון שאול תחתית, פון די ווייטסטע פלאץ – ביז'ן אייבערשטן אליינס, דורך דעם וואס מען זאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים; איך גיי מער נישט טון די שלעכטע זאכן, איך הויב אן פונדאסניי"; מען נעמט אוועק פון זיך אלע עונשים און אלע עבירות ווערן אויסגעמעקט.


קלאפ זיך נישט אראפ ווען דו זעסט אין ישיבה בחורים וואס זענען אריין געקומען נאך דיר און זיי האבן אין א קורצע צייט געענדיגט ש"ס וכו', וכו'; מען טאר זיך נישט צעברעכן פון אנדערע. עס איז וויכטיג דו זאלסט נאכקוקן וואס דער הייליגער רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות, הלכות פסח ט, אות כב): פונקט ווי א מענטש דארף זיך מחזק זיין נישט צו האבן קיין התפעלות פון שלעכטע מענטשן וואס מאכן חוזק פון אים ווען ער דינט דעם אייבערשטן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צעפאלן, אזוי אויך און נאך אסאך מער - זאגט רבי נתן – דארף א מענטש זיין ביי זיך זייער שטארק נישט צו ווערן צעבראכן פון זיינע ערליכע חברים, ווען ער זעט ווי זיי שטייגן און זענען מצליח בעבודת השם, ווען מען קוקט זיך אן און מען זעט ווי אזוי מען זעט אויס וכו'.


דער עיקר דארף א מענטש קוקן אויף זיך אליינס און ארויס כאפן גוטע זאכן צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן; נאר אזוי קען מען מצליח זיין אין עבודת השם, אז מען קוקט נאר אויף זיך. אזוי ווי עס שטייט ביי אברהם אבינו (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אברהם אבינו האט זוכה געווען צו דינען דעם אייבערשטן נאר ווייל ער האט אויף קיינעם נישט געקוקט (עיין ליקוטי מוהר"ן, השמטה).


זיי נישט מקנא אנדערע בחורים אין ישיבה; אפילו אויף גוטע זאכן טאר מען נישט מקנא זיין א צווייטן און וועלן יענעם נאכמאכן. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא כא.): "קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה חָכְמָה", איז נישט פשט אז מען זאגט דעם מענטש: 'דו דארפסט מקנא זיין א צווייטן און אים נאכמאכן', ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן נישט "קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה 'סוֹפְרִים'", נאר "קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה 'חָכְמָה'", די נקודה איז נישט יענעם נאכצומאכן, נאר ווען איך זע ווי יענער איז זייער שיין מצליח, תַּרְבֶּה 'חָכְמָה', דארף איך טראכטן צו מיר: 'וואס קען איך טון אז איך זאל מצליח זיין אין מיין זאך?'


איך האף דו וועסט ארויס נעמען חיזוק פון מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר, דו וועסט לעבן מיט די ווערטער וואס דער הייליגער תם פלעגט זאגן ווען מען האט גערעדט צו אים פון אנדערע (סיפורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמ'ס מעשה און דאס איז מיין מעשה; און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן, לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך האב פארדינט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.