שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאל איך מסכים זיין צו א שידוך מיט מער א פארמאכטע מיידל?
בחור, שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, חיזוקים, ניגונים, בריוון, מיט וואס איך לעב ממש. איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט אויסגעזען אן דעם.


נאך אסאך תפלות און בקשות האבן מיינע עלטערן שוין אנגעהויבן אויסהערן שידוכים פאר מיר ב"ה, און איך בעט ווייטער דעם אייבערשטן אז ס'זאל אנקומען די ריכטיגע שידוך פאר מיר.


די מעשה איז אבער אזוי, דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך פרוביר מיט אלע כוחות זיך צו האלטן שטארק, נישט צו קוקן וואס און וואו מ'טאר נישט, און נישט אייביג קען איך זיך מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע. איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אז ווען איך וועל חתונה האבן וועט מיר דאס זיין גרינגער, און דערפאר האב איך געבעטן מיינע עלטערן זיי זאלן מיר זוכן נישט אזא פארמאכטע מיידל, נאר מער אן אהערגעשטעלטע און א בעסערע, זיי פארשטייען דאס און זיי פרובירן טאקע דאס בעסטע פאר מיר.


לעצטנס האט מען אנגעטראגן א געוויסע שידוך, וואס די עלטערן פארלאנגען אז זי זאל גיין מיט געוויסע קאפ צודעק, נישט ווי אזוי מיר גייען נאר מער פרומער, און דאס שטערט מיר אביסל, אבער נאך מער שטערט מיר אז זיי פארלאנגען אז זי מוז זיך אפשערן נאך די חתונה, און דאס איז וואס שטערט מיר זייער שטארק.


כאטש וואס אויך אין מיין פאמיליע זענען פארהאן א חלק וואס שערן זיך, אבער איך קען דאס נישט נעמען. כאטש וואס איך ווייס אז דער עיקר איז נישט די אויסזען פון אינדרויסן, וויל איך זיך אבער נישט פארעקלען פון איר. איך ווייס אז אויב איך וועל דאס זאגן פאר מיינע עלטערן וועלן זיי מיר פארשטיין און זיי וועלן זוכן א צווייטע שידוך, ווייס איך אבער נישט אויב איך זאל זיי בעטן בכלל, אויב איז דאס אויסגעהאלטן אדער נישט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר עצה'ן ווי אזוי צו האנדלען אין דעם ענין?


אויך איז דער שידוך פון די זעלבע שטאט און קהלה וואו איך וואוין און באלאנג. איך וואלט זייער געוואלט נאך די חתונה אוועקלויפן פון דא, איך האב מער נישט קיין כח צו די דרוק פון די קהלה, איך וואלט זייער געוואלט חתונה צו אן אנדערן פלאץ, צו זיין נאנט צום אייבערשטן אבער נישט זיין נאנט צו די קהלה וואו איך בין אויפגעוואקסן. איז דאס א גערעכטע טענה נישט צו וועלן הערן דעם שידוך וועגן דעם?


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר אלעס, און איך האף אז איר וועט מיר געבן די ריכטיגע עצה ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אסאך בחורים האבן דעם טעות, זיי מיינען אז מען קען נאר האבן א געשמאק אין לעבן מיט די ווייב וכו' אויב די ווייב איז אפן צו די וועלט; בפרט די בחורים וואס האבן זיך אנגעקוקט מיט עבירות אין די יונגע יארן רחמנא לצלן - זיי ווייסן בכלל נישט וואס דער לעבן איז. עס בויעט זיך אויף א דמיון אין זייער מח וואס עס מיינט ליבשאפט דורך די דמיונות וואס זיי האבן געקוקט, וואס האט נישט קיין שייכות מיט לעבן. זיי מיינען אז מיט אן ערליכע וואוילע מיידל וואס גייט בדרך התורה קען מען נישט דערגרייכן א שיינע לעבן מיט ליבשאפט, אבער באמת איז פונקט פארקערט, דיקא מיט אן ערליכע וואוילע ריינע מיידל קען מען אנקומען צו עררייכן אמת'ע ליבשאפט און אויפשטעלן א שטוב לשם ולתפארת.


דעריבער זאלסטו נישט אפזאגן א שידוך פאר אזעלכע זאכן און זיכער נישט אז זי וויל גיין אנגעטון ווי אירע עלטערן, זי וויל זיך אפשערן איר האר און זוכה זיין צו די ברכות וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיך געפונען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים וועגן דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי איידער זיך אפשערן"; עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש טראגן א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


אז דו ווילסט דינען דעם אייבערשטן באמת, בתמימות ובפשיטות דארפסטו נישט אנטלויפן פון וואו דו שטאמסט. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נו; שיחות הר"ן סימן קלט): "כְּשֶׁיֵּשׁ לְהָאָדָם לֵב אֵין שַׁיָּךְ אֶצְלוֹ מָקוֹם כְּלָל, כִּי אַדְּרַבָּא, הוּא מְקוֹמוֹ שֶׁל עוֹלָם וְכוּ'"; א מענטש דארף צוקומען צו לעבן מיטן אייבערשטן, דעמאלט וועט אים גוט זיין וואו ער איז נאר, ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל.


איך האף צו הערן בקרוב פון דיר גוטע בשורות.