שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאל איך רעדן מיט מיינע עלטערן, ווען דאס מאכט מיר גרויס צער?
לימוד התורה, שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ממש נישט די ווערטער אייך צו דאנקען אויף אלעס וואס איך האב באקומען פון אייך, די פילע עצות און חיזוק וואס איך האב באקומען פון אייערע שיעורים און ניגונים. דאס האט ממש געטוישט אונזער לעבן צום גוטן, מיין מאן האט אנגעהויבן לערנען און ער האט שוין געמאכט א סיום משניות, און אויף יעדע פראבלעם האבן מיר גלייך די עצה צו בעטן און רעדן צום אייבערשטן.


איך האב א שאלה אין כיבוד אב ואם, מיינע עלטערן האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שלום בית, און איך האב זייער אסאך געליטן פון דעם אלע יארן, איך האב געלעבט מיט שרעקליכע יסורי הנפש. דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב ב"ה חתונה געהאט, און געגאנגען וואוינען אויף אן אנדער פלאץ, און צוביסלעך ארויסגעקראכן פון די פראבלעמען.


מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן צו פארבעסערן די שלום בית ביי מיינע עלטערן, אבער יעצט איז זיי אונטערגעקומען א פרישע צרה אז מיין טאטע האט באקומען א קרענק, און ער פייניגט זייער אויס מיין מאמע אז זי איז שולדיג אין אלע זיינע צרות.


מיין הארץ גייט אויס פאר ביידע פון זיי, איך שפיר זייער שטארק זייער צער און ווייטאג, דאס טרעט מיר ממש צו צום געזונט און איך שפיר ווי דער מצב ברענגט מיר צוריק צו מיין מרה שחורה פון די יונגע יארן, און איך קען נישט אזוי ווייטער אנגיין אין לעבן.


מיין שאלה איז וואס איך דארף צו טון, זאל איך רעדן ווייניגער צו זיי? ווייל איך שפיר אז ווען איך רעד צו זיי מאכט עס מיר געפערליך בעצבות?


א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די צייט מיר צו ענטפערן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט חתונה געהאט און זעט ווייטער צו לעבן א לעבן פון גן עדן.


איר שרייבט אז אייער מאן האט געמאכט א סיום אויף משניות; דארפט איר זען צו מאכן פאר אים א שיינער סיום.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויעט אויף איר הויז; א קלוגע פרוי, ווען זי זעט איר מאן לערנען, מאכט זי א גאנצע טראסק דערפון, זי מאכט א שיינע סיום וכו', וואס דאס מאכט אז דער מאן זאל ווייטער לערנען. דעריבער איז זייער חשוב אז יעדעס מאל ווען אייער מאן נרו יאיר פארציילט אייך וועגן א מסכת וואס ער האט מסיים געווען, זאלט איר מאכן א שיינע סעודה.


בנוגע אייערע עלטערן; איר זאלט רופן אייערע עלטערן און זיי פארציילן שיינע זאכן. ווען עלטערן זעהן נחת ביי זייערע קינדער און אייניקלעך דאס מאכט זיי לעבן און דאס געבט זיי כח ווייטער אנצוגיין. און פארקערט אויך, ווען עלטערן זעהן ווי די קינדער פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, טוט דאס פארקערצערן זייער לעבן ה' ירחם. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים, רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", ווען עלטערן זעהן ווי קינדער פירן זיך ווי עס דארף צו זיין, דאס היילט זיי אויס.


דערפאר זאל איר ווייטער רעדן מיט אייערע עלטערן. עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה פון כיבוד אב ואם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: "די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן"; איר זאלט זיי ווייטער רופן וכו' און אז זיי גיסן זיך אויס זייער הארץ פאר אייך, זיי דערציילן זייערע צרות - זאלט איר בעטן א תפילה פאר זיי. אבער אויב דאס שטערט אייער לעבן, איר שפירט ווי דאס שלעפט אייך צוריק צו אייערע יסורים פון אלץ קינד, זאלט איר זיך ארויסדרייען וכו', ווייל איר קענט נישט מאכן אז אייער לעבן זאל זיך אפשטעלן. מען דארף וויסן ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן.


ר' נתן זכרונו לברכה האט געבעטן זיין ווייב און טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, זאלסטו אריין שיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; דאס זעלבע זאלט איר אויך טון. ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט, מאך ליכטיג פאר אלע אידן און העלף ארויס אלע וואס מוטשען זיך מיט שוועריקייטן. העלף ארויס מיין טאטע ער זאל זיין געזונט און שטארק. און העלף ארויס מיין מאמע זי זאל האבן אביסל מנוחה אין איר לעבן".


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס געשעהט ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן; דער אייבערשטער אליינס קומט און הערט אויס ווי דער מענטש רעדט צו אים. אלע מלאכים פרעגן: "וואו איז דער אייבערשטער? וואס טוט דער אייבערשטער?" ענטפערט מען זיי אז דער אייבערשטער איז יעצט עוסק מיט א איד וואס וויינט צו אים און טענה'ט זיך מיט אים. פרעגן אלע: "פארוואס זאל דער אייבערשטער אליינס עוסק זיין מיט זיי? מיר וועלן אויסהערן די טענות און עוסק זיין מיט זיי?" זאגט דער אייבערשטער: "ניין - אֲנִי וְהוּא בִּלחִדוֹי - איך וויל זיך אליינס אפגעבן מיט אים (זוהר פרשת בלק, קצה.)".


אין די זעלבע צייט דארפט איר אויך דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אייך, אז איר האט אזוי גוט חתונה געהאט, אז אייער מאן לערנט די הייליגע תורה און אז איר ווייסט פון הייליגן רבי'ן.


זייט פרייליך און מיט שמחה וועט איר אלעס אויס'פועל'ן.