שאלה אין קורצן ענין
#1 - כ'האב אלעס פארלוירן, ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין?
פרנסה, חובות, התחזקות, צרות, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך האב א נאנטער חבר וואס ברענגט מיר כסדר די עצתו אמונה און די גליונות, און איך בין זיך מחיה דערמיט. איך האב געזען דארט אז ס'איז דא א וועג פאר יעדן צו לערנען תורה יעדן טאג, דאס האט מיר געגעבן חשק זיך צוריק צו כאפן צו די הייליגע תורה, אבער היינט איך קען שוין נישט מער לערנען בכלל.


מיט אפאר יאר צוריק האט איך געהאט זייער גרויס הצלחה אין פרנסה, איך בין געווען א גרויסער עושר, אבער פאר דריי יאר צוריק בין איך צוריק געקומען פון א ביזנעס טריפ, און אויפ'ן פליגער האב איך געטראפן א היימישער אינגערמאן, און ער האט מיך אריינגעדרייט אין א שלעכטע ביזנעס, אזוי אז ביז אפאר וואכן ווען כ'האב אנגעהויבן כאפן וואס טוט זיך, בין איך שוין געווען א גרויסער בעל חוב, און ביז היינט זינק איך אין חובות.


איך בין געווארן אזוי שטארק צעבראכן און דעפרעסט, אז אפילו די שיעור וואס איך פלעג האבן יעדע נאכט האב איך אויך אויפגעגעבן, און איך דאווען יעדן טאג שפעט אין טאג אריין, רוב טעג אן מנין, ווייל איך קען זיך ממש נישט צוזאמנעמען, איך זע נישט וויאזוי איך קען בכלל ארויסקריכן פון די פראבלעמען, און איך קען נישט נעמען אויף מיר יעצט קיין שיעורים.


איך פיל ווי מיין לעבן איז טונקל, און איך בעט זייער דעם ראש ישיבה אויב ער קען מיר געבן אן עצה ווי אזוי איך קען ארויסקריכן פון מיינע צרות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארליר זיך נישט; פון יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס. עס זענען דא אן א שיעור מענטשן וואס זענען אריין געדריידט געווארן אין שלעכטע געשעפטן און זיי האבן זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות, זיי האבן נישט פארלוירן די אמונה, זיי האבן ווייטער ממשיך געווען מיט זייער עבודות השם, מיט לערנען יעדן טאג, דאווענען און טון מצוות ומעשים טובים און ביים סוף האבן זיי זוכה געווען צו גרויס הצלחה.


דער רבי האט דערציילט (ספר כוכבי אור סיפורים נפלאים, ב): עס איז געווען אן ארעמאן וואס האט זיך מפרנס געווען פון פארקויפן ערד צו מאכן דערפון ליים, ער פלעגט אויפזוכן די ספעציעלע זאמד וואס מען מאכט פון דעם ליים און ער פלעגט דאס פארקויפן.


איינמאל בשעת'ן גראבן האט ער געטראפן זייער א טייערע שטיין, ער האט געוואלט פארקויפן דעם שטיין, האבן אים די צירונג סוחרים געזאגט אז דאס איז ווערד אזוי סאך געלט, אז עס איז נישט דא אין די גאנצע מדינה איינער וואס זאל האבן דאס געלט צו קענען באצאלן פאר אזא טייערע דיימאנט שטיין, נאר אין לאנדאן אינעם עיר המלוכה וועט מען קענען אפקויפן פון אים דעם שטיין.


וויבאלד ער איז געווען זייער ארעם, ער האט נישט געהאט קיין געלט צו פארן קיין לאנדאן, האט ער פארקויפט אלעס וואס ער האט פארמאגט, ביז ער האט צוזאמגעקליבן אביסל געלט, און ער האט מיט די געלט געדינגען א פערד און וואגן וואס זאל אים פירן צום ים פּארט.


ווען ער איז אנגעקומען צום פּארט האט ער שוין נישט געהאט קיין געלט פאר א טיקעט, און ווען ער האט געוואלט ארויפגיין אויפן שיף וואס פארט קיין לאנדאן האט מען אים נישט ארויפגעלאזט ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט. האט ער געבעטן מען זאל אים צולאזן צום שיף'ס קאפיטאן, ער האט געוויזן דעם דיימאנט שטיין פאר'ן שיף'ס קאפיטאן, און ער האט אים געזאגט אז ער איז גאר א גרויסער ביזנעס מאן און ער האנדלט מיט'ן קעניג. גלייך האט אים דער שיף'ס קאפיטאן ארויפגעלאזט אויפ'ן שיף און ער האט געהייסן די משרתים מען זאל אים געבן דעם שענסטן צימער און אים מכבד זיין מיט גרויס כבוד.


דער איד פלעגט זיך שפילן מיט'ן דיימאנט שטיין בשעת ער האט געגעסן, דאס פלעגט אים מאכן אפעטיטליך, ביז איינמאל האט ער איינגעדרימלט אינמיטן עסן, און ער האט נישט באמערקט ווי דער משרת רוימט אפ דעם טיש מיט'ן דיימאנט אינאיינעם, און האט אלעס אריין געווארפן אין וואסער. דער איד וועקט זיך אויף און זעט אז ער האט אלעס פארלוירן... ער איז געווארן זייער צעבראכן, ער איז שיעור נישט אראפ פון זינען, ער האט געטראכט צו זיך: 'יעצט ווען דער שיף'ס קאפיטאן וועט זיך דערוויסן אז איך האב גארנישט וועט ער מיר אריין ווארפן אין וואסער, וואס קען איך דא טון?' האט ער אפגעמאכט ביי זיך אז ער וועט זיך מאכן פרייליך, ער וועט זיך מאכן כאילו ער איז רייך און ער האט נאך אלץ ביי זיך דעם דיימאנט שטיין.


דער שיף'ס קאפיטאן פלעגט אלץ אריין קומען צו אים אין צימער שמועסן מיט אים, און דער איד האט זיך ווייטער געמאכט פרייליך פונקט אזוי ווי פריער; איין טאג זאגט אים דער שיף'ס קאפיטאן: "איך זע אז דו ביסט א קלוגער מענטש, וויל איך דיר פארטרויען מיט א גרויסן סוד, איך האב דא אינעם שיף אסאך סחורה וואס איך קען נישט אריין ברענגען אין לאנדאן, ווייל מען איז מיר חושד אז איך גנב'ע דאס, איך וועל עס איבערשרייבן אויף דיין נאמען און מיר וועלן זיך שפעטער פאררעכענען". אזוי האבן זיי געטון; נאכ'ן אנקומען קיין לאנדאן האט דער שיף'ס קאפיטאן געכאפט א הארץ אטאקע, און דער איד איז געבליבן מיט אלע פארמעגנס וואס ער האט אים איבערגעשריבן און ער איז געווארן א גרויסער עושר.


דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה מיט די ווערטער: "די דיימאנט שטיין איז נישט געווען דעם איד'ס, והא ראי' ער האט דאס פארלוירן; די סחורה פונעם שיף האט געהערט פאר'ן איד והא ראי' ער האט דאס באקומען; און ווי אזוי איז ער געווארן אזוי רייך? נאר ווייל ער האט זיך דערהאלטן".


דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל, ווייל יעדער איינער האט אן אנדערע נמשל, און אפילו ביים מענטש אליינס טוישט זיך דער נמשל יעדע שטיק צייט; איינער פארלירט זיין געלט, איינער פארלירט א שידוך, איינער פארלירט קינדער, דארף מען געדענקען וואס דער איד האט געטון ווען ער האט פארלוירן דעם דיימאנט שטיין, ער האט זיך געמאכט פרייליך, ער האט ווייטער געשפילט עושר, ער האט ווייטער גערעדט מיט'ן שיף'ס קאפיטאן כאילו מען מיינט נישט אים, דערפאר האט ער זוכה געווען צו ווערן רייך וכו'.


אז דו האסט פארלוירן אסאך געלט דורך דעם שווינדלער וכו', זאלסטו גלייבן באמונה שלימה אז אזוי האט געדארפט זיין, טראכט נישט פונעם עבר; דאס וואס איז געווען איז געווען, טראכט פון דיין עתיד. אז דו וועסט זיך דערהאלטן, דו וועסט נישט אויפגעבן, דו וועסט ווייטער פירן דיין לעבן, אנגיין מיט דיין עבודת השם; דו וועסט גיין אין שול דאווענען מיט שמחה, דו וועסט זיך מאכן שיעורים: אביסל חומש רש"י מיט תרגום יעדן טאג, אביסל משניות, גמרא און הלכה - וועסטו זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.