שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיין אינגל נעמט יעדע מצוה מיט צופיל דרוק, ווי אזוי העלף איך אים?
חינוך הילדים, עבודת השם, שמחה, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די דרשות און חיזוק, זיי מאכן מיר קלאר דעם מח, און ווארעמען אן מיין הארץ.


איך וויל פרעגן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט מיין אכט יעריג אינגל, וואס האט לעצטנס אסאך אבסעסיעס. ער וואשט כסדר די הענט ער זאל נישט זיין טמא, ער האלט אין איין מאכן חשבונות אויב ער האט געטון אן עבירה, אפשר האט ער פארגעסן צו מאכן ברכות, און אזוי ווייטער. ער האלט אין איין תשובה טון, ער בעט כסדר איבער זיינע געשוויסטער, אבער אלעס מיט א געוואלדיגע דרוק און פרעשור.


ווי אזוי האנדלט מען אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט צו קינדער; בפרט ווען מען לערנט מיט זיי מצוות דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי מען לייגט זיי דאס אריין, זיי זאלן דאס נישט נעמען מיט נערוון, זיי זאלן נישט טון די מצוות מיט חכמות וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם', כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען שטענדיג מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


יעצט ווען עס איז שוין אריין אין אים מיט א פרעשור, ער טוט די מצות מיט מרה שחורה קען מען דאס נאר ארויסנעמען מיט חכמה, מען קען נישט חוזק מאכן פון אים אדער אים נייטן צו טון אנדערש, מען דארף זען מיט חכמה דאס ארויסנעמען; אים אויפהייבן מיט גוטע ווערטער, אים אויסלויבן ווי וואויל ער איז און ווי טייער ער איז – דורכדעם וועט אוועק פאלן די נערוון. ווען ער וואשט זיך די הענט נאכאמאל און נאכאמאל זאל מען אים זאגן וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות אמונה, סימן כז): "מִי שֶׁמְּנַקֶּה בְּכָל עֵת יָדָיו, עַל-יְדֵי-זֶה מְזַכֶּה אֶת לִבּוֹ", ווער עס וואשט זיך כסדר זיינע הענט מיט דעם וואשט ער זיך אפ זיין הארץ; און ווען ער מאכט זיך א חשבון הנפש וכו' דארף מען אים אויסלויבן ווי ער לעבט מיט'ן אייבערשטן; ווען ער בעט איבער די געשוויסטער זאל מען דאס אויסלויבן, דאס גרויסקייט פון אכטונג געבן אויף אנדערע און אזוי ווייטער; מען דארף מאכן אן עסק פון אים לטובה, אזוי וועט אוועק פאלן אלע נערוון. ווייל נערוון גייט נישט צוזאמען מיט שמחה; שמחה שטופט אוועק עצבות און מרה שחורה.


בעסער וואלט געווען ווען עס איז נישט דא די גאנצע פרעשור, אבער אז עס איז שוין דא קען מען זיך נישט קריגן מיט דער סארט יצר הרע, מען דארף זען מיט חכמה ווי אזוי מען ווערט פטור דערפון.