שאלה אין קורצן ענין
#1 - מעג מען דערציילן פאר קינדער שרעקעדיגע מעשיות פון צדיקים?
חינוך הילדים, מלמדים, סיפורי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כתה ב' מלמד, איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך דערצייל אסאך מאל איבער פאר די קינדער די מעשיות וואס איך הער ביי די שיעורים.


אסאך מאל דערצייל איך זיי די מעשה פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע ווי אזוי זיין טאטע איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען גאר קליין, און ווי אזוי ער האט געלעבט מיט'ן אייבערשטן וכו'. ס'זענען אבער דא קינדער וואס זאגן מיר איך זאל נישט דערציילן די מעשה ווייל ס'איז צו שרעקעדיג.


פון איין זייט קען דאס זיין גאר א שטארקע חיזוק פאר די קינדער אויב זיי וועלן אויך אמאל אריבערגיין שוועריקייטן און צרות אין לעבן און דאס וועט זיי געבן חיזוק אז דער אייבערשטער איז אלעמאל מיט זיי, אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז האבן טאקע שרעקעדיגע חלומות פון דעם ביינאכט, אז אפשר וועט זייער טאטע שטארבן וכדומה.


זאל איך ווייטער דערציילן די מעשה פאר די קינדער אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דערצייל פאר די קינדער אסאך מעשיות פון צדיקים; דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד דורכדעם וואס מען זעט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען אין זייער לעבן.


ווען דו דערציילסט זיי מעשיות וואס רעדט זיך פון נפטר ווערן זאלסטו זיי דאס אראפלייגן אן קיין פחד און שרעק; ווען די קינדער פרעגן וואס עס מיינט שטארבן, געב זיי צו פארשטיין אז דעם גוף לייגט מען אין דער ערד און די נשמה גייט ארויף אין הימל, אויב מען פירט זיך אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען האט געטון אסאך מצוות און מען האט געלערנט תורה - דאן גייט מען אין גן עדן צוזאמען מיט'ן באשעפער.


שטארבן איז נישט א שרעקעדיגע זאך, יעדער איינער דארף אמאל צוריק גיין צום אייבערשטן. די עצם זאך פון שטארבן איז בכלל נישט שרעקעדיג, עס איז אזוי ווי מען גייט ארויס פון איין שטוב צו א צווייטע שטוב (שיחות הר"ן, סימן קנו); שרעקעדיג איז ווען מען גייט אוועק פון די וועלט אן קיין תורה און מצוות, דעמאלט איז זייער ביטער. אז א נשמה קומט ארויף אויבן אין הימל נאקעט אן קיין תורה, אן קיין מצוות און אן קיין גוטע זאכן - דאס איז שרעקעדיג.


דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן אויף די קינדער וואס כאפן נישט אויף אזוי שנעל דאס לערנען, זיי זאלסטו מקרב זיין. און אויך אויף די קינדער וואס ווילן נישט גלייך לערנען זאלסטו אכטונג געבן; זיי זאלסטו אונטערקויפן מיט גוטע זאכן ביז זיי וועלן לערנען און זיך פירן אזוי ווי מען דארף.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס קויפט אונטער די קינדער וואס ווילן נישט לערנען און ער דריידט ארום מיט זיי ביז זיי ווערן ערליכע אידן, אזוי ווי מען זעט, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט און מען האט גוזר תענית געווען אבער עס האט נישט גערעגנט, איז א פשוט'ער איד צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעפאנגען צו גיין א גאס רעגן, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געענטפערט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין חילוק פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען בין איך אים משחד, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך רעד אים צו אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישלעך, ביז ער הייבט אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אסאך מאל דארף מען משחד זיין קינדער מיט בעלי חיים וכדומה, אז זיי זאלן לערנען פלייסיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.