שאלה אין קורצן ענין
#1 - די פאריאריגע קבלות האב איך נישט איינגעהאלטן, וואס טו איך דאס יאר?
תשובה, התחזקות, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וועל פרעגן איבער עפעס וואס לאזט מיר ממש נישט קיין מנוחה. עס דערנענטערט זיך די הייליגע טעג, און איך זיך דערמאן זיך פון פאריאר פאר די ימים נוראים, ווען איך האב תשובה געטון און איך האב צוגעזאגט פאר'ן אייבערשטן אז איך גיי שוין זיין וואויל און ערליך, איך גיי שוין אנהויבן דאווענען און לייגן תפלין יעדן טאג, און איך האב דאס טאקע געמיינט מיט'ן גאנצן הארץ, ווען עס איז אבער געקומען למעשה, איך האב פרובירט, אבער איך האב נישט איינגעהאלטן מיין צוזאג.


דאס יאר ווייס איך נישט ווי אזוי צוצוגיין צו די הייליגע טעג, איך ווייס אז איך קען נישט צוזאגן אז איך גיי דאווענען און לייגן תפלין און לערנען יעדן טאג, ווייל איך זע אז איך האלט עס סיי ווי נישט איין, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך אבער יא אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד. וואס טוט מען דא?


איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר געבן חיזוק, ווייל איך האב שוין פרובירט אזויפיל מאל, און איך שפיר איך ווער שוין מיואש פון אזויפיל מאל דורכפאלן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן פון דיר אז דו ביסט אראפגעפאלן וכו' און דו האסט שוין נישט קיין כח נאכאמאל אנצוהייבן וכו'.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי געפאלן ביי דיר; טראכט אריין, ווען א מענטש פאלט בגשמיות, ער גייט אין גאס און פאלט אראפ, וועט ער זיך שטענדיג אויפהייבן, אפילו ער זאל שוין האבן געפאלן אן א שיעור מאל וועט ער זיך שטענדיג אויפהייבן, דו וועסט קיינמאל נישט זען א מענטש ליגן אין גאס און זיך נישט אויפהייבן מיט'ן אויסרייד: "איך הייב זיך מער נישט אויף, איך האב שוין אסאך מאל פרובירט און עס גייט מיר נישט", נאר וויפיל מאל א מענטש זאל נאר פאלן וועט ער זיך שטענדיג אויפהייבן פונדאסניי. אזוי אויך ווען א מענטש פאלט און ער צעברעכט זיך די הענט אדער פיס וועט מען אים נעמען אין שפיטאל, אים לייגן א גיפס וכו'; האסטו שוין געהערט אז א מענטש זאל זאגן: "איך בלייב מיט'ן צעבראכענעם ביין, איך גיי דאס נישט פאררעכטן, איך בין שוין אזויפיל מאל געפאלן"? קיינמאל וועסטו נישט הערן אזאנס פון איינעם; דעמאלט פארוואס ברוחניות זאלסטו בלייבן ליגן אויף דער ערד און זאגן: "איך האב שוין פרובירט און עס גייט נישט"? פארוואס זאלסטו נישט זאגן: "כִּי נָפַלְתִּי קָמְתִּי (מיכה ז, ח)", איך בין געפאלן און איך הייב זיך אויף, איך האב פרובירט פאריאר איך וועל נאכאמאל פרובירן, איך האב פאריאר צוגעזאגט איך גיי זיין גוט, יעצט גיי איך נאכאמאל צוזאגן איך גיי זיין גוט.


דערפאר בעט איך דיר טייערער ליבער חבר: טו תשובה פונדאסניי; זאג נאכאמאל פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך גיי זיין גוט"; אפילו דו האסט שוין געזאגט נעכטן די זעלבע ווערטער זאלסטו יעדעס מאל פונדאסניי תשובה טון.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; תשובה איז אזוי גרויס אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה - שֶׁבִּשְׁבִיל יָחִיד שֶׁעָשָֹה תְּשׁוּבָה מוֹחֲלִין לְכָל הָעוֹלָם כּוּלוֹ", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווען א מענטש טוט תשובה איז מען מוחל פאר אים און פאר די גאנצע וועלט; זאג די ווערטער פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין א צדיק; וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ברענט אין מיר און ער ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? רבונו של עולם איך שעם זיך פון דיר, יעדע מאל זאג איך דיר צו אז איך גיי זיין גוט און ערליך און נאכדעם פאל איך צוריק צו מיינע אלטע מעשים; איך בין שוין אזוי מיואש פון תשובה טון, איך שפיר ווי איך האב נישט די מעגליכקייט תשובה צו טון. הייליגער באשעפער האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיין אן ערליכער איד; העלף מיר אז איך זאל נישט טון קיין נארישקייטן, העלף מיר אז איך זאל זיין פרייליך און נישט צוריק גיין צו די שלעכטע מעשים"; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס די פאר ווערטער טוען מיט'ן מענטש און פאר די גאנצע וועלט, מען איז מוחל דעם מענטש און מען איז מוחל פאר יעדן איינעם.


מאך זיך א שיעור אין גמרא; לערן די הייליגע גמרא וועט דיר זיין גרינגער צו געווינען די מלחמה. גמרא איז נוטריקון די ראשי תיבות ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל א'וריאל, די פיר מלאכים וועלכע היטן דעם מענטש, אז דו וועסט לערנען גמרא וועט דיר דער אייבערשטער היטן פון צוריק פאלן אין נישט גוטע מעשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.