די חתונה וואס איז פארגעקומען די וואך אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג האט אויפגעשטורעמט דעם יהדות החרדית, קיינער קען נישט איגנארירן די נייעס און זיך גיין רואיג ווייטער, יעדער האט עפעס צו זאגן אויף די חתונה, יעדער מוז עפעס אריינרעדן, יעדענ'ס הארץ געבט א ציפ ווען מען הערט איבער די חתונה, יעדער ווייסט אז די היינטיגע סטאנדארטן ווי אזוי מען מאכט חתונות, און די זעלבע אויך קלענערע שמחות, זענען שוין לאנג איבערגעגאנגען אלע גרעניצן, יעדער וויל זען א דראסטישער פארבעסערונג אין דעם ענין, און אט קומען צוויי מחותנים און אנשטאט זוכן א לעזונג פאר די פראבלעמען, האבן זיי אוועקגענומען דעם פראבלעם אינגאנצן; אנשטאט צו בויען א שפיטאל נעבן דעם צעבראכענעם בריק צו קענען היילן די פארוואונדעטע וואס זענען אראפגעפאלן פון בריק, קרויזן זיי אויס דעם בריק אינגאנצן; ווער זאגט אז מען דארף נעמען א ביליגע חתונה זאל, ווען מען דארף בכלל נישט קיין זאל? ווער הייסט נעמען א שפילער און זינגער, ווען מען קען זיך אן עצה געבן אויך אן דעם? פארוואס נעמען א בדחן, ווען די חתונה איז פרייליך אויך אזוי? און פארוואס דארף מען סערווירן דאס עסן, אראפלייגן פילע טעלערס אויף אלע פלעצער, און האלב דערפון זאל גיין אין מיסט, ווען מען קען שטעלן דאס עסן אין די זייט און יעדער זאל זיך אליין נעמען לויט ווי אזוי זיין הארץ באגערט?
ביידע מחותנים זענען ברוך ה' נישט קיין ארימעלייט, זיי וואלטן זיך רואיג געקענט ערלויבן צו מאכן אן אזוי-גערופענע 'נארמאלע' חתונה אין א נארמאלע זאל, די קשיא איז נאר: "פארוואס?" פארוואס מוז מען מאכן א טייערע חתונה? ווייל יעדער טוט אזוי? ווייל עס 'קומט' אזוי? ווען מען זאל אריינטראכטן מיט אביסל מער שכל וועט מען זען אז עס איז בלויז א נארישקייט אויסצוגעבן אזויפיל געלט פאר א חתונה, אפילו די וואס האבן יא דאס געלט צו קענען מאכן רואיגערהייט א שיינע רייכע חתונה, איז דאס אויך נישט ריכטיג צו אויסגעבן אזויפיל געלט אויף די חתונה נאכט אליין, א זאך וואס לויפט דורך אין געציילטע שעות, און נאכדעם האט מען גארנישט פון די אלע שווערע געלטער וואס מען האט אויסגעגעבן. ענדערש דארף מען נעמען דאס געלט און עס געבן פאר די פרישע פאר-פאלק אז זיי זאלן קענען גרינגערהייט אנהויבן זייער לעבן און זיך שטעלן אויף די פיס. מען קען מיט די געלט צאלן א חלק פון א דאון פעימענט פאר א דירה, מען קען מיט די געלט ארויסהעלפן דעם פרישן אינגערמאן זיך צו קענען מסדר זיין א שיינע פרנסה; און אפילו מען זאל נוצן די געלט צו צאלן די דירה-געלט פאר די פרישע פאר-פאלק פאר עטליכע חדשים, ביז ווען זיי וועלן זיך שוין קענען אליין אן עצה געבן, האט זיך עס אויך פיל מער געלוינט ווי צו מאכן א טייערע חתונה וואס מען האט גארנישט פון דעם, קוים אפשר אביסל כבוד, און רוב מאל דאס אויך נישט.
ווי אזוי האט נאר יענער געזאגט? עס איז כדאי צו ליידן אלע בזיונות, אבי צו באקומען אביסל כבוד... א מענטש שטעלט זיך אהער ווי אן עושר, ער וועט ווייזן פאר די גאנצע שטאט וואס ער האט, ער מאכט א שמחה אזוינס און אזעלכעס, און וואס זאגט דער עולם דערצו? מען דארף נישט ווארטן ביז נאך די שמחה, נאך בשעת דער עולם זיצט ביי די הערליכע שמחה, הבשר עודנו בין שיניהם, מען האט נאכנישט אינגאנצן אראפגעשלינגען די טייערע פליישן, בארעדט מען שוין דעם בעל שמחה, "נעעבעך... קוק ווי ער רייסט זיך אזוי אויף!", "ער מוז שפילן עושר", "ער האט נישט בעסערס וואס צו טון מיט זיין געלט?". און אזוי אינצווישן, אינמיטן רעדן פון דעם נארישן בעל שמחה וואס האט פארברענט אזויפיל געלט פאר די נארישע/מעכטיגע שמחה, קומט דער בעל שמחה צו צום טיש, יעדער וואונטש אים אן שיין מזל טוב און געבט אים א שיינעם קאמפלימענט ווי שיין די שמחה איז אהערגעשטעלט... און דער גרעסטער חידוש איז נאך אז דער זעלבער מענטש וואס האבן היינט אראפגעקוקט און בארעדט דאס זיך אויפרייסן ביי א שמחה, וועט מארגן אויך מאכן אזא סארט שמחה, ווייל ער מוז דאך נאכמאכן יענעם... און ביי זיין שמחה וועט ער אויך ארומגיין צווישן די טישן אפנעמען זיין כבוד, דאס ביסל כבוד וואס ווערט דערטראנקען אין א ים מיט בזיונות, און ער וועט זיך נאך שפירן גוט דערמיט...
 
ב"ה אז ביי די יעצטיגע חתונה האבן די מחותנים גענוצט זייער אייגן שכל, א טייערע חתונה וועט גארנישט ניצן אין לעבן פאר די חתן כלה, מען וועט מאכן די חתונה אויפ'ן ביליגסטן אופן וואס שייך, מען וועט קענען שלאפן נאכדעם מיט א רואיגע געוויסן, וויסנדיג אז מען האט נישט געווארפן אזויפיל טייער אידיש געלט אין די מיסט.
מוהרא"ש פלעגט אסאך רעדן פון דעם אז מען דארף מאכן דאס חתונה מאכן ווי גרינגער און ביליגער. דאס וואס די חתונות קאסטן אזוי טייער, מאכט אז מענטשן זאלן נישט האבן קיין חשק חתונה צו מאכן די קינדער, מען פרובירט דאס אפצושטופן אויף ווי ווייט מעגליך. מענטשן שפארן זיך אפ געלט פאר לאנגע יארן צו קענען מיט דעם חתונה מאכן די קינדער, און קוים וואס עס קלעקט פאר'ן ערשטן קינד. דאס חתונה מאכן א קינד קומט אן אזוי שווער, און מיט אזויפיל פרעשור, אז מען פארלירט דעם אפעטיט צו דעם אינגאנצן.
עטליכע יאר צוריק האט איינער געפרעגט פון מוהרא"ש ווען און ווי אזוי וועט מען קענען אריינברענגען אין די גאנצע אידישע וועלט נישט צו מאכן אזא גרויסער בער פון א חתונה, נאר חתונה מאכן גרינג און ביליג. האט מוהרא"ש אים געענטפערט: "וואס האסטו מיט די גאנצע וועלט? קודם לאמיך פרובירן צו פועל'ן ביי מיינע אייגענע מענטשן אז זיי זאלן דאס קענען באווייזן"...
אינעם ברסלבער שטעטל יבנאל אין ארץ ישראל האט מוהרא"ש געבויעט א חתונה זאל, וואס יעדער קען דארט חתונה מאכן אומזיסט, און דאס איז גענוצט געווארן, און ווערט נאכאלץ גענוצט, דורך די ארטיגע איינוואוינער מיט גרויס סוקסעס. יעדער שטעלט זיך צו צו קאכן און באקן עפעס פאר די חתונה, און אזוי ווערט צוזאמגעשטעלט די סעודה, און די איינציגסטע זאך וואס קאסט פאר די מחותנים איז נאר די פאר דאלער אפצורוימען די זאל נאך די חתונה. הונדעטער, צי טויזנטער, חתונות זענען שוין געפראוועט געווארן אין דעם זאל. די פאר-פעלקער וואס האבן חתונה געהאט דארט האבן ב"ה א פיין לעבן, זיי זעען שוין נחת פון זייערע קינדער, און טייל אויך שוין פון אייניקלעך, עס האט זיי גארנישט געשאדט אין לעבן דאס וואס זייער חתונה האט נישט געקאסט דאס בלוט פאר זייערע עלטערן.
דאהי אין אמעריקע איז עס נישט געווארן איינגעפירט, תלמידי היכל הקודש האבן אלץ פרובירט איינצוציען דעם פאסיק ווען עס קומט חתונה צו מאכן די קינדער, אבער יעצט זענען זיי געגאנגען א טריט ווייטער צו קענען אראפציען די הוצאות אויף נאך מער, צו מאכן די חתונה אין שול, און אויף די ביליגסטע וועג, אויף אזא אופן אז די חתונה נאכט זאל ממש גארנישט קאסטן.
פארשטייט זיך אליין אז א גרויס חלק פון די הוצאת החתונה איז נישט דוקא די חתונה נאכט; אבער אויף דעם פאל, ווען דער ציל איז געווען נישט צו קוקן אויף קיין שום אנגענומענע סטאנדארטן, האט מען אודאי פרובירט צו שפארן ווי ווייט מעגליך אויף אלע פראנטן, מען האט אויספרובירט אויב מען קען טאקע חתונה מאכן א קינד אן קיין שום הארץ ווייטאג.
אנגעהויבן ביים שידוך פונעם ברעסלעט, אלע דזשולערי זענען געווען די ביליגסטע וואס מעגליך, וואס דער אמת ווייסט דאך יעדער אז א געווענליכער מענטש קען נישט דערקענען א חילוק צווישן עכטע און פאלשע שטיינדלעך, דער איינציגסטער חילוק איז אז אויב ח"ו וועט די רוימערקע גנב'ענען די צירונגען וועט זי זיך נישט קענען קויפן דערמיט א נייע הויז אין פוילן... מען זאגט א ווערטל אז צום סוף קומט אלעס צוריק צו אידן, ווייל ווען זי בויעט איר הויז אין פוילן וועלן דאך אידן עס אפדינגען איינצושטיין דארט נעבן די קברי צדיקים... אבער פאקטיש איז דאס א גרויסע הארץ ווייטאג. אבער אז מען האט נישט די טייערע צירונגען איז עס נאר א מעלה, מען וועט עס גרינגער אראפשלינגען און גרינגער קויפן נייע. און נאך א מעלה אז אזוי ווי די סטיילס טוישן זיך דאך יעדע פאר יאר, וועט מען זיך קענען רואיג קויפן פרישע צירונגען יעדע עטליכע יאר, לויט די לעצטע מאדע...
קיין תנאים סעודה האט מען נישט געמאכט, די תנאים און טעלער ברעכן איז פארגעקומען ברוב פאר והדר ביים קבלת פנים ביי די חתונה. ווען עס קומט צו שטאפיר איז אויך דא א געניטער וועג ווי אזוי די סוחרים מאכן געלט, עס איז דא א חתן פעקעדזש און א כלה פעקעדזש, יעדעס געשעפט שטעלט צו אזעלכע פעקעדזשעס וואס די איינציגסטע מעלה דערפון איז אז די סוחרים מאכן ב"ה שיין פרנסה. פארוואס זאל א חתן זיך אנקויפן מיט א גאנצע רייע פון רעקלעך, בעקיטשעס, הוטן, און אזוי ווייטער? צום ערשט איז אים נאך זייער גוט די וואס ער האט גענוצט ביז יעצט, און אפילו ווען מען קויפט יא א נייע, איז דאך גענוג איינס אויך, פארוואס פעלט אויס דריי פון יעדע? פארוואס ווען מען קויפט איין די כלים פאר די נייע הויז, דארף מען שוין יעצט קויפן אלעס וואס מען גייט אפשר נוצן אין עטליכע יאר ארום ביים צוגרייטן די מעלאנע פאר די אפשערן פונעם בכור? פארוואס זאל מען נישט קויפן בלויז די נויטיגע זאכן; און מיט די יארן, ווען ס'וועט זיך אויספעלן, וועט מען צוקויפן אלעס וואס מען דארף. פארוואס זאל א מאמע דארפן איינקויפן א גאנצע שאפע מיט קליידער און שוך פאר די כלה? אפשר אין עטליכע יאר ארום וועט די מאס פון די קלייד איר שוין נישט פאסן, און די סטיילס וועלן זיך זיכער טוישן, זאל מען קויפן וויפיל מען דארף פאר יעצט, און די מאמע זאל זאגן פאר די כלה אז אין א יאר ארום, ווען זי וועט זען אז עס פעלט אויס נאך א קלייד, וועט מען איר דעמאלט קויפן. פארוואס דארף מען אלעס קויפן אויף איינמאל אז די עלטערן זאלן דארפן כאפן א הארץ אטאקע רח"ל?
פארוואס דארף דער חתן באקומען א טויזנט דאלערדיגע מנורה אויף חנוכה, א זילבערנע אתרוג פושקע, א מגילה מיט א מגילה האלטער, און אזוי ווייטער און ווייטער. פארוואס אלס בחור איז אים גוט געווען א פשוטע מנורה פאר צען דאלער? פארוואס קען ער דאס נישט נוצן ווייטער נאך די חתונה? אויב די זאך איז פשוט אלס זה א-לי ואנוהו, וואלט מען געדארפט קויפן פאר יעדן בר מצוה בחור א טויזנט דאלערדיגע מנורה... הידור מצוה הויבט זיך נישט אן נאך די חתונה. פארוואס זאל מען נישט צואווארטן ביז דער אינגערמאן האט שוין קינדער און זיי וואקסן אונטער, זאל דער טאטע דעמאלט קויפן פאר זיך א טייערע מנורה, צו ווייזן פאר די קינדער וואס מיינט הידור מצוה. און דעמאלט קען ער שוין טון אפילו אזוי ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע וואס האט יעדעס יאר געדארפט קויפן א פרישע מנורה, ווייל ער האט אוועקגעגעבן די פאריעריגע פאר א איד א נצרך.
פארוואס זאל מען קויפן פורניטשער פאר א יונגע קאפל? זיי קלויבן עס אפילו נישט אויס, און ווייסן נאכנישט וואס זיי ווילן. זאלן זיי חתונה האבן אין א פורניטשט דירה, און ווען זיי וועלן זיך שוין אביסל באקענען, וועלן זיי אליין גיין איינקויפן לויט זייער געשמאק. פארוואס ברענט עס צו האבן אלע טייערע פורניטשער די ערשטע מינוט?
פארוואס דארף מען מאכן א טייערע באווארפן? טייערע פעקלעך, א טייערע קידוש, א טייערע סעודה צו וואס עס געלאנדעט אלע קרובים און באקאנטע; מען קען עסן א געהעריגע שבת'דיגע סעודה ווי געווענליך, און דער מחותן קומט ארויף נאך די סעודה טרינקען א גלעזל סעלצער און וואונטשן לחיים. פאר'ן קידוש איז פונקט גוט אביסל מזונות און טרינקען, העכסטנס וועט זיין ווייניגער מענטשן וואס וועלן דאס בארעדן אז דער מחותן האט זיך אויפגעריסן מיט א מעכטיגע קידוש - נעעעבעך.
די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, עס איז ממש נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע דעטאלן וויפיל איבריגע הוצאות מען קען זיך איינשפארן. איינער וואס איז קלוג פאר זיך, ער קוקט נישט וואס יענער זאגט, ער טראכט מיט די אייגענע שכל וואס עס פעלט טאקע אויס און וואס נישט, דער קען זיך איינשפארן אזויפיל הוצאות ביים חתונה מאכן, און ער וועט קענען צוגיין צו די שמחה מיט אן אמת'ע צופרידנקייט און פרייד.
די מעשה איז אבער אז די חתן כלה דארפן אויך האבן די שכל צו וויסן און פארשטיין וואס די לעבן איז, אז נישט די גאנצע לעבן איז די חתונה מיט'ן גאנצן טאראראם, די לעבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות, דעמאלט הויבט זיך אן די נארמאלע לעבן. דער חתן זאל פארשטיין אז עס איז וויכטיגער אז זיין טאטע זאל זיין געזונט, ווי ער זאל האבן נאך א פאר שיך אויף די חתונה. די כלה זאל שפירן אז עס בעסער צו האבן א קלייד ווייניגער, און פאר איר מאמע זאל נישט דרוקן דאס הארץ. צו דעם דארף מען האבן חינוך פון פריער, צו דעם דארף מען האבן אז מען זאל זיך נישט דארפן שעמען פון די חברים און פון די חבר'טעס, אויב די חתן און כלה ווילן נישט אליין, זיי פארשטייען נישט אליין וואס עס וועט זיי מאכן פרייליך, דאן קען מען זיי נישט חתונה מאכן אויף א ביליגע וועג, דאס רופט זיך אין אמעריקע "טשיילד עביוז", די קינדער ווערן געפייניגט און געשעדיגט פון דעם.
ביי אונזער פאל האבן אבער די חתן כלה געלערנט אין די ברסלבע מוסדות, דער חתן האט געלערנט אין ישיבה וואו ער האט געהערט די דרשות פונעם ראש ישיבה און זיך אויסגעלערנט וואס דאס לעבן איז, אנשטאט צו מדריך זיין די בחורים אזעלכע זאכן וואס זיי גייען נישט קענען נוצן א טאג נאך די חתונה, אזוי ווי מען לערנט א מענטש צען יאר צו זיין א לויער און נאכדעם שטעלט מען אים אריין אין שפיטאל און מען הייסט אים זיין א דאקטער... אין ישיבה לערנט מען מיט די בחורים וואס דער אמת'ער לעבן איז, עס איז נישטא קיין פארמעסט ווער עס קען האבן א טייערערע שטריימל, ווער עס קען האבן א גרעסערע בענד ביי די חתונה. די כלה האט געלערנט אין די ברסלבע סקול, וואו זי האט אויך געלערנט די זעלבע זאכן פון די לערערינס און די מנהלת, עס איז נישטא קיין רייץ צווישן די מיידלעך ווער עס קען זיך מער אויפרייסן, ווער עס קען ארויסרייסן מער געלט פון די צעבראכענע עלטערן. און אזוי איז דער חתן פרייליך, די כלה איז פרייליך, די עלטערן פון ביידע זייטן זענען פרייליך. נו, וואס קען דען זיין בעסער פון דעם?
דער אמת איז אז עס איז נישט נאר בעפאר די חתונה וואס קומט אן אזוי שווער, נאך די חתונה הויבט זיך אן א פרישע פרשה מיט די נאכטמאל געגעסעכץ די ערשטע שטיק צייט נאך די חתונה. עס איז געווארן אזוי איינגעפירט אז די פרישע פאר-פאלק גייען יעדע נאכט צו א צווייטן עסן נאכטמאל, איין נאכט צו די מאמע, איין נאכט צו די שוויגער, און אמאל גייט מען אויך צו ברידער און שוואגערס.
פארשטייט זיך אז ווען די קאפל קומט עסן, קען מען נישט פשוט צולייגן נאך צוויי פארציעס צו די געווענליכע נאכטמאל וואס מען קאכט פאר די גאנצע פאמיליע; פאר די קאפל דארף מען צוגרייטן גאר א ספעציעלער נאכטמאל, עס דארף האבן א פארשפייז צו אנרייצן דעם אפעטיט, א געשמאקע ספעציעלע זופ מיט היימישע זופ-מאנדל, די הויפט טעלער דארף האבן אין זיך כאטש דריי סארט מאכלים, א פראטין, א סטארטש, און א וועטשטעבל; און נאכדעם קומט א קאמפאט, אן אייז-קריעם, אדער אן אנדערע נאכשפייז צו אפשווענקען די פיינע סעודה.
דער יונגערמאנטשיק איז בכלל נישט צוגעוואוינט צו די אלע סארט ספעציעלע מאכלים, אלס בחור האט ער קוים געגעסן נאכטמאל בכלל, זיין מאמע האט זיך געדארפט בעטן ביי אים צו עסן א נארמאלע נאכטמאל, ווען ער האט ענדערש געוואלט אריינכאפן עפעס אין מויל און יוצא געווען. און יעצט ווען ער קומט עסן ביי די שוויגער, דארף ער זיך צווינגען צו עסן כדי נישט צו פארשעמען די שוויגער. די שוויגער מוטשעט זיך אן, זי רופט ארום אלע קרובים און באקאנטע זיך אויסצולערנען פרישע רעסעפיס כדי נישט צו פארשעמען איר נייער איידעם, און דער איידעם מוטשעט זיך אויפצועסן דעם טעלער כדי נישט צו פארשעמען די שוויגער, און אזוי פאפט מען זיך איינער דעם צווייטן, און קיינער פארדינט גארנישט דערפון.
ווען די שוויגער גייט ארויס א מינוט, בעט זיך דער אינגערמאן ביי זיין פרישע ווייבל אז זי זאל טוישן טעלערס מיט אים, אזוי וועט די שוויגער כאטש מיינען אז ער האט עס אויפגעגעסן, און ווען די שוויגער קומט צוריק אריין און זעט ווי דער איידעם האט זיך אזוי מחי' געווען מיט די פיינע נאכטמאל, ווייסט זי שוין וואס ער האט ליב, און די קומענדיגע נאכט וועט זי עס מאכן נאכאמאל...
איין מעלה האט די מעכטיגע נאכטמאל אז ווען די פאר-פאלק גייט שוין אהיים, האט די שוויגער שוין פון וואס צו רעדן אויפ'ן טעלעפאן, זי קען זיך שוין אפרעדן ווי שווער זי האט געארבעט צוצוגרייטן אזא פיינע נאכטמאל, און פאר איר פרישער צדיק'ל איז ניטאמאל בייגעפאלן צו געבן א גוט ווארט און זאגן א ש'כח פאר די עסן, ער האט געכאפט פעק און זעק און געלאפן אין כולל ערב. איין לימוד זכות איז דא אויף אים, אז זיין חתן מדריך האט אים פארגעסן אנצוזאגן פאר די חתונה אז מען דארף זאגן ש'כח פאר די שוויגער פאר די נאכטמאל, ער וואלט דאס אבער געמעגט ארויסדרינגען פון א קל וחומר פון ווען דער כתה א' רבי האט אים געזאגט צו זאגן ש'כח ביים באקומען אן אפשערן פעקל.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, ווען דער 'יענער' וואלט נישט געדארפט געפעלן פאר'ן צווייטן 'יענער', וואלט זייער פיין געווען ווען די שוויגער לייגט אריין נאך א שטיקל טשיקן אין טאפ, און גיסט צו נאך אביסל וואסער צו די זופ, סיי די שוויגער וואלט זיך מחיה געווען און נישט געדארפט ארבעטן אזוי שווער, און סיי דער איידעם וואלט זיך מחי' געווען מיט א נארמאלע נאכטמאל, אזוינס וואס ער איז אלץ געווען צוגעוואוינט דערצו.
מען כאפט נישט אז די נייע קאפל זענען סך הכל נעכטן געווען א בחור און א מיידל, מען נעמט עס אזוי ערנסט אז ווען די קאפל קומט דארף די שטוב זיין שפיגלדיג ריין. ווייסן זיי דען נישט ווי אזוי עס זעט אויס א אידישע שטוב? אבער ניין, ווען די קאפל קומט דארף מען אויפהויבן די קארפעט און אונטערווארפן אלע שמוץ. און בכלל דארף מען טרעפן א פלאץ, אין די קליינע דירות, וואו די קאפל זאל עסן רואיג, אלע קינדער מוזן זיך איינשפארן אין די שלאף צימערן ביז די קאפל ענדיגט עסן. פארוואס זאל עס נישט זיין נארמאל אז עס איז צוגעקומען נאך א קינד צו די פאמיליע, און זיי קענען עסן נאכטמאל נארמאל אזוי ווי די גאנצע פאמיליע?
דער אמת איז אז דאס גאנצע גיין עסן ביי יענעם נאך די חתונה איז א נארישקייט, די שענסטע זאך איז ווען די פרישע פאר-פאלק עסט אינדערהיים אינאיינעם. א גאנצן טאג זענען זיי נישט אינדערהיים, ווען מען קומט שוין ענליך אהיים דארף מען שוין לויפן עסן נאכטמאל, און נאכדעם דארף שוין דער אינגערמאן לויפן אין כולל ערב. און ווען דען זאלן די צוויי אביסל פארברענגען אינאיינעם און אנהויבן אינאיינעם זייער נייער לעבן?
און דער כולל ערב פעלט אויך נישט אויס אזוי וויכטיג. פארוואס זאל נישט דער פרישער אינגערמאן עפענען א גמרא אינדערהיים און לערנען אויפ'ן קול? אזוי וועט זיין ווייב אים ארויפקוקן אז זי האט א וואוילער מאן וואס לערנט, דאס וואס ער זאגט אז ער לערנט א גאנצן טאג אין כולל, דארף זי אים שוין גלייבן אויפ'ן ווארט; ווען זי האלט דאס אבער מיט מיט די אייגענע אויגן, איז דאס גאר אנדערש.
חז"ל זאגן "כל בית שאין דברי תורה נשמעים בו בלילה אש אוכלתו", דאס מיינט נישט נאר א פיזישער פייער, דאס מיינט אויך א פייער פון מחלוקת, אז די ווייב האט נישט אויף וואס ארויפצוקוקן אויף איר מאן, זי זעט נישט זיין יראת שמים, זי זעט אים נישט לערנען, פארוואס זאל זי אים שעצן? ווען זי זיצט אבער ביינאכט אינדערהיים און זי האלט מיט ווי איר מאן עפענט א אידיש ספר און לערנט אינדערהיים, ווערט דער מאן זייער ארויפגעקוקט אין אירע אויגן.
א אינגערמאן האט אמאל געזאגט אז אזוי ווי מען דארף דאך זאגן א מילתא דבדיחותא פאר'ן לערנען, דעריבער פירט ער זיך אז יעדן טאג איידער ער גייט אין כולל ערב, זאגט ער פאר זיין ווייב אז ער גייט יעצט לערנען...
לאמיר צוריקגיין צום ענין און מסיים זיין מעין הפתיחה, עס האט זיך ארויסגעוויזן ביי די חתונה אז אויב מען וויל - קען מען. א מענטש דארף זיין קלוג פאר זיך און נוצן זיין געלט אויף אמת'ע גוטע צוועקן, און זיך איינשפארן אזויפיל צער און הארץ ווייטאג. מען וועט גרינגער און שנעלער חתונה מאכן די קינדער, און זען פיל אידיש נחת פון די קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.