מכתב יומי

א חשון תשפ"ב

October 07 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


לאז נישט די עבירה זאל דיר אראפווארפן; אז דו ביסט אראפגעפאלן, האסט עובר געווען נאכאמאל אויף די ביטערע עבירה רחמנא לצלן - זאלסטו יעצט האבן שכל נישט זיך אונטערגעבן אינגאנצן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אִם הָיִיתִי עוֹבֵר חַס וְשָׁלוֹם עֲבֵרָה גְּדוֹלָה בְּיוֹתֵר", אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, "אַף עַל פִּי כֵן לֹא הָיְתָה הָעֲבֵרָה מַשְׁלֶכֶת אוֹתִי כְּלָל", וָואלְט דָאס מִיר גָאר נִישְׁט אַרָאפּ גִיוָוארְפְן, "רַק הָיִיתִי אַחַר הָעֲבֵרָה אִישׁ כָּשֵׁר כְּמוֹ קֹדֶם", אִיךְ וָואלְט נָאכְדֶעם גִּוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיר, "רַק אַחַר כָּךְ הָיִיתִי עוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה", דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן.


מען דארף האבן אסאך סבלנות ביז מען ווערט א צדיק; דער רבי זאגט (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק (בראשית ו, ט); אז מען האט סבלנות, מען איז נח, 'נח' איז א לשון פון 'סבלנות', דעמאלט, איש צדיק - ווערט מען א צדיק.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, איך בעט דיר זייער, קום שעפן פונעם נחל נובע מקור חכמה, קום הערן ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.