מכתב יומי
ה שבט תשפ"ה
February 03 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די ערגסטע זאך איז גיין ליידיג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "בטלה מביאה לידי זימה", גיין ליידיג ברענגט צו טון עבירות רחמנא לצלן; דער וואס גייט ליידיג - דער קומט צו ניאוף, מען קומט אן צו קוקן שמוץ, מען זיצט שעות אויף שעות ביים כישוף מאכער (קאמפיוטער), מען קוקט אלע שמוץ פון די וועלט, ביז מען פאלט אין פגם הברית, מען קומט צו די ביטערע עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וואס די עבירה מאכט מען זאל ווערן דערביטערט און דעפרעסט, ביז מען טראכט מחשבות פון ענדיגן די לעבן, מען זוכט סם, מען נעמט דראגס, מען טרינקט אלקאהאל.
איך בעט דיר זייער, יעצט אין די טעג פון שובבי"ם, ווען מיר פאררעכטן אלעס - זאלסטו זיך מער נישט דרייען ליידיג. די ערשטע זאך זאלסטו קומען דאווענען אין שול די דריי תפילות, דאווען נישט אין אפיס, דאווען אין שול מיט מנין, און מאך דיר א שיעור צו לערנען חומש, משניות, גמרא, הלכה, מיט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים.
זוך עפעס אן ארבעט, נעם די ערשטע ארבעט וואס מען טראגט דיר אן, מאך נישט קיין נארישע חשבונות, ווייל גיין ליידיג איז די ערגסטע זאך.
מוהרא"ש ברענגט א פחד פון א ווארט פון חז"ל, (אבות דרבי נתן, פרק יא): "אין אדם מת אלא מתוך בטלה", א מענטש שטארבט פון ליידיג גיין; זאלסטו נישט זיצן ביים כישוף מאכער (קאמפיוטער), נאר עפעס טון; גיי הפצה, עפעס טו.
גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, זאג אים א ווארט, זאג אפאר ווערטער, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, זאג אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האלט אין איין פאלן אין עבירות, איך האלט אין איין טון נארישקייטן, וואס וועט זיין מיט מיר? ווי אזוי קען איך שוין אפלאזן די שלעכטע וועג און צוריק קומען צו דיר, טון נאר גוטס?"
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.