מכתב יומי
יג סיון תשפ"ה
June 09 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
פיר זיך אויף מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן און צו דיין ווייב'ס עלטערן, און אז דו גייסט צו זיי אויף שבתים וכדומה און זיי זאגן דיר ווערטער וועגן ברסלב, וועגן היכל הקודש וכו' - זאלסטו בלייבן שטיל מיט דרך ארץ, זאלסט חס ושלום נישט ענטפערן.
בכלל איז גוט זאלסט מיט קיינעם נישט טענה'ען וועגן רבי'ן און וועגן היכל הקודש. מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט מען זיך גענומען אויף א ברסלב'ער חסיד, מען האט חוזק געמאכט פון הייליגן רבי'ן, און דער ברסלב'ער חסיד האט נישט געענטפערט, ער איז געבליבן שטיל, גייט איינער צו אים און פרעגט אים: "איך פארשטיי נישט, ווען מען וואלט געשפעט פון מיין רבי וואלט איך זיך אנגענומען, וואס איז דאס אז דו בלייבסט שטיל?!" זאגט דער ברסלב'ער חסיד: "מיין רבי איז זייער באקאנט אין הימל, איך דארף זיך נישט אנעמען פאר אים, פון הימל וועט מען זיך אנעמען, מיין רבי, דער הייליגער רבי - איז גאר גוט באקאנט אין הימל"; טענה נישט מיט קיינעם, און אז מען פרעגט דיר וואס איז פשט אהער, וואס איז פשט פון דאס, זאלסטו געבן א שמייכל און ווייטער טון וואס דו האסט צו טון.
אז דו ווילסט זיך אנעמען פאר היכל הקודש זאלסטו עוסק זיין אין עבודת השם, נעם א משניות און זאג אפאר פרקים, נעם א גמרא און זאג בלעטער גמרא, גיי התבודדות, גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן; דאס איז היכל הקודש נישט עפעס אנדערש.
היינט נאכט איז דא א וויכטיגע שיעור פאר אלע פרויען פון אנשי שלומינו, איך וויל דו זאלסט אהיים גיין פרי אז דיין ווייב זאל קענען קומען צייטליך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.