מכתב יומי

י אייר תשפ"ה

May 08 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס טוט מען ווען מען איז קרעציג? מען גייט צום כהן, און וואס טוט דער כהן? ווי אזוי איז ער מטהר דעם מענטש? דורך נעמען צוויי פייגלעך, איין פייגל שחט ער און ער נעמט די לעבעדיגע פייגל און טונקט דאס איין אין די בלוט און שפריצט אויפן מענטש. זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ערכין טז:), וואס עפעס פייגלעך? וואס האט פייגלעך מיט א מצורע? ווייל פייגלעך קוויטשקען א גאנצן צייט, און קרעץ קומט צו דעם מענטש וואס רעדט לשון הרע; דער כהן זאגט פארן מענטש: "וואס האסטו געטון מיט דיין מויל? וואס האסטו געקוויטשקעט לשון הרע? קוק ווי די פייגל קוויטשקען, אזוי האסטו געטון", דער כהן לערנט אים דרכי תשובה.


מוהרא"ש פלעגט אונז לערנען נאך א פשט אין די זאך פון מצורע, וואס דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת תזריע, מ"ט ע"ב), וואס איז דאס מצורע? "סגירו דנהורא עלאה", דער וואס איז אים פארשטעלט און פארמאכט אלוקות, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, דער איז א מצורע, און די עצה פאר דעם מענטש איז - גיין צום צדיק זאל אים ווייזן די פייגעלע וואס קוויטשקעט, דער צדיק ווייזט אויפן מויל, מאך מיט דיינע ליפן, קוויטשקע צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין א איד", "הייליגער באשעפער ווען וועל איך שוין אפלאזן מיינע נארישקייטן?" "הייליגער באשעפער איך וויל זיין וואויל".


אזוי ווי ביי מענטשן וואס די קאפ ליגט זיי אין געלט, מאכן זיי שטענדיג מיט די ערשטע צוויי פינגער, זיי רייבן איינס אויפן צווייטן אזוי ווי מען ציילט געלט, און ווען מען רעדט צו זיי ווייזן זיי מיט די פינגער די סימן פון געלט, 'ווי קען מען מאכן געלט?' 'ווי נעמט מען געלט?' 'פאר געלט וועל איך עס טון', 'פאר געלט וועל איך רעדן מיט דיר'; אזוי אויך להבדיל דער צדיק האלט די פייגעלע און שפריצט אויפן מענטש וואס איז אים פארמאכט און פארשטעלט אלוקות און זאגט פארן מענטש: "קוק די פייגעלע קוויטשקעט, אזוי זאלסטו אנהויבן טון, מאך מיט דיינע ליפן, שאקל די ליפן צום אייבערשטן, זינג צום אייבערשטן, זאג שכוח אייבערשטער, וועסטו ווערן אויס מצורע, וועסט אנהויבן לעבן א זיסע לעבן".


קומענדיגע וואך פרייטאג איז ל"ג בעומר, אלע ווילן זיין מקושר צום הייליגן תנא רבי שמעון, זאלסטו זיך מאכן א שיעור, לערנען יעדן טאג אביסל תיקוני זוהר, און שבת זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען זוהר; גיי אין א סדר, ווער נישט דערשראקן אז די הקדמה איז לאנג, און פרשת בראשית איז לאנג, דו קוק נישט לינקס; ווי סאך בלעטער עס איז דא, קוק רעכטס וויפיל דו האסט שוין אנגעיאגט צו אריינכאפן.


איך וועל אם ירצה ה' זיין ל"ג בעומר אין מירון, און שבת פרשת אמור וועל איך זיין ביי מיין טאטע שליט"א אין מירון. איך וועל אויך זיין אין יבנאל ביי מוהרא"ש'ס ציון, אויך וויל איך גיין באזוכן הרב ר' יצחק שליט"א. אויך וועל איך זיין מיט די בחורים פון אונזער ישיבה אין ירושלים, איך וויל זיין מיט זיי, לערנען מיט זיי. אויך וועלן די גבאים אויסשטעלן א סדר אז ווער עס וויל קומען רעדן זאל קענען קומען רעדן, איך וועל בעטן פאר ענק אלע, מען וועט זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.