מכתב יומי
כז חשון תשפ"ה
November 28 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געדענק, אפילו מען איז בבחינת הידים ידי עשיו, מען איז אראפגעפאלן אין עבירות, מען האט מקלקל געווען רחמנא לצלן - דארף מען ניצן דעם קול, עס זאלן ווערן קול יעקב, רעדן צום אייבערשטן, דעמאלט איז מען זוכה צו באקומען אלע ברכות. מען דארף שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל נישט מיין לעבן זאל מיר אריבערגיין מיט אזעלכע נארישקייטן".
זונטאג און אויך מאנטאג וועט זיין חתונות אין ישיבה, מען זעט די כח הצדיק, די כח פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אזויפיל גערעדט און געשריבן פון די זאך, און יעצט ווערט דאס אויסגעפירט דורך אנשי שלומינו; מען מאכט פשוט'ע שמחות, מען געבט נישט אויס געלט פאר די פאר שעה פון די חתונה, מען לעבט מיט א חשבון, מען לעבט מיט שכל, דער צדיק געבט שכל; עס איז כדאי זאלסט קומען זען מיט די אויגן די שמחות, ווי פרייליך די מחותנים זענען, ווי פרייליך חתן כלה זענען, די חתונה האט א אידישע טעם, מען שפירט א טעם, מען שפירט אן עכטע שמחה, נישט קיין געמאכטע, נישט קיין געבארגטע, נישט קיין פאלשע. מיר האבן פאלשע בלומען מיט עכטע שמחה, נישט עכטע בלומען וואס מען צאלט אזויפיל געלט און ביז אפאר שעה ווארפט מען דאס אוועק אין די מיסט, בשעת מען האט נארוואס געבארגט געלט און מען האט נישט פון וואו צו באצאלן, השם ישמרינו.
דאס איז פון די קליינע זאכן וואס דער רבי געבט אונז; דאס איז אויסער די שכל, חיזוק און עצות פאר עבודת השם וואס דער רבי געבט אונז, די קלארע ריינע אמונה, די דביקות בשם, די שמחה פון טון מצוות און די תיקונים וואס דער רבי איז אונז מתקן לנצח נצחים – אויסער דעם געבט אונז דער רבי אויל צו שמירן די רעדער, שכל צו מאכן פשוט'ע שמחות, שכל ווי אזוי צו לעבן, נישט לעבן פאר אנדערע, נישט נאכמאכן אנדערע.
דער רבי האט דערציילט, עס איז געווען א סוחר וואס האט פארקויפט דיאמאנטן און טייערע שטיינער, אמאל קומט איינער צו אים און בעט צו קויפן נייע רעדער פאר זיין וואגן, זאגט אים דער סוחר: "איך פארקויף דיאמאנטן נישט קיין רעדער", זאגט אים דער איד: "איך האב געהערט פון מיין חבר ער האט באקומען דא נייע גוטע שטארקע רעדער", זאגט דער סוחר: "יענער האט איינגעקויפט ביי מיר טייערע צירונג, האב איך אים געגעבן אויך גוטע רעדער אויף אהיים צו פארן, איך בין נישט קיין סוחר פאר רעדער, איך פארקויף דיאמאנטן", און דער רבי האט אויסגעפירט: "איך פארקויף תורה, תפילה און תכלית, אויב איינער קומט צו מיר און פאלגט מיר, געב איך אים שוין אויך גוטע רעדער - בני חיי ומזוני, ער זאל קענען לעבן א שיין לעבן".
היינט זאגט מען יום כיפור קטן.
די וואך שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.