בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אוועקגעווארפן די אלקאהאל
חלומות, משקה המשכר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיט די געלט פאר א פדיון.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט אוועקגעווארפן די אלקאהאל; דו נעמסט מער נישט אריין קיין אלקאהאל אין דיר און דו טרינקסט מער נישט. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות שכרות, סימן ד): "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב מִי שֶׁאֵינוֹ מִשְׁתַּכֵּר", דער אייבערשטער האט ליב דעם מענטש וואס שיכור'ט זיך נישט אן; קומט אויס אז דער אייבערשטער האט דיר ליב.


בנוגע וואס דו האסט גע'חלומ'ט וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות חלום, סימן א): "לַחֲלוֹם רָע", פאר א שלעכטע חלום, "תֹּאמַר בַּבֹּקֶר", זאל מען זאגן אינדערפרי: "הַחֲלוֹמוֹת שָׁוְא יְדַבֵּרוּ", חלומות זענען נישט אמת; דערנאך דארף מען שוין נישט זארגן.


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן צו זיין פרייליך, זארג נישט וכו'; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נה.): "חֶלְמָא בִּישָׁא", אז מען חלומ'ט זיך א שלעכטע חלום, "עֲצִיבוּתֵיהּ מִסְתַּיֵּיהּ", דאס וואס מען איז דערשראקן און צעבראכן דערפון, דאס אליינס איז מבטל דעם חלום; דעריבער זאלסטו זיך שטארקן מיט אמונה צו גלייבן אינעם אייבערשטן אז אלעס וועט זיין גוט און דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט תפילה והתבודדות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות י:): "אֲפִילוּ בַּעַל הַחֲלוֹמוֹת אוֹמֵר לוֹ לְמָחָר הוּא מֵּת", אפילו מען חלומ'ט זיך אז מען גייט שטארבן, "אַל יִמְנַע עַצְמוֹ מִן הָרַחֲמִים", זאל מען ווייטער בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.