בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אכטונג געבן אויף די קינדער און בחורים אין שול
קדושה, בית המדרש, חינוך הילדים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך דארף פון דיר א טובה; אויב דו קענסט אנשטעלן די מאגינעט'ס אינעם בנין הישיבה אז שבת זאל זיין פארשפארט די גאנצע חלק פונעם חדר. איך בין נישט רואיג בשעת'ן דאווענען אויב די בנין איז אפן.


עס טאר נישט זיין קיין ליידיגע צימערן אפן ווען עס איז דא קינדער און בחורים; די הייליגע חכמים זאגן (קידושין נו:): "לָאו עַכְבְּרָא גַנָב אֶלָּא חוֹרָא גַנָב", דאס אז עס זענען דא מייז איז נאר אויב עס זענען דא לעכער, ווען עס איז נישט דא לעכער איז נישט דא קיין מייז; יעדע ליידיגע פלאץ וואס איז אפן איז נאך א לאך פאר צרות – רחמנא לצלן.


וויפיל קינדער און בחורים ווערן אומגליקליך ווען זיי קומען שבת און יום טוב אין בית המדרש דאווענען און ווערן פארשלעפט אין א לעכל מיט א מניוול.


איך האף אז דו וועסט דאס מאכן נאך די וואך בעפאר שבת חנוכה; עס זענען דא אפאר חדרים וואס די מאגינעט'ס זענען צעבראכן. עס זיצן דארט אינגעלייט בשעת'ן דאווענען און טרינקען ברוינפן וכו'.


זע אז אלע חדרים זאלן זיין פארמאכט אז מען זאל זיך נישט האבן וואו צו דרייען; ווער עס וויל קומען דאווענען און הערן חיזוק זאל קומען, און ווער עס זוכט א ליידיגע פלאץ וכו' זאל גיין לחיים ולשלום ערגעץ אנדערש.


שטארק דיר און שטארק דיין ווייב; אלעס וועט אריבער גיין וכו'.


איך האב זייער הנאה אז דו קומסט צום שיעור יעדן אינדערפרי.


דיין ראש ישיבה.


...