בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אריינלייגן אין די קינדער אמונה, וועלן זיי נישט זוכן אנדערע גליקן
חינוך הילדים, שידוכים, צניעות, לערערין, חיזוק פאר מיידלעך, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', טיטשער בית פיגא ברסלב


שטארקט אייך מיט אייער ארבעט; מחנך זיין אידישע קינדער איז פון די חשוב'סטע זאכן, בפרט הייניגע צייטן ווען עס בלאזט אזעלכע שטארקע ווינטן, אידישע קינדער פאלן אוועק ה' ישמרינו - זענען די לערערינס זייער חשוב.


לייגט אריין אידישקייט מיט זיסקייט, לייגט עס אראפ פאר די מיידלעך מיט שטאלץ, מיט זאפט; זיי זאלן נישט נאכגיין די נישט גוטע וועג.


על פי רוב די אלע קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער די זוכן זיך אנצוטון נישט איידל, זיי זוכן צופרידנקייט. זיי האבן נישט קיין לעבן, זיי זוכן ליבשאפט, זיי זוכן שמחה, נעבעך די יונגע נשמה'לעך, זיי לעכצן פאר א טעם אין לעבן; למשל די מיידל ..., זי האט נישט קיין שטוב, טאטע מאמע הרג'ענען זיך, די קינדער הערן ווי זיי שרייען א גאנצן טאג אז מ'גייט זיך גט'ן השם ישמרינו, דאס מאכט זי זאל זיך שמירן די פנים און זיך אנטון קורץ.


בעט איך אייך זייער, איר זאלט נישט אויפהערן רעדן פונעם אייבערשטן; באגיסט זיי מיט חיזוק, וועלן זיי נישט דארפן די אלע זאכן, זיי וועלן זיין צופרידן.


נאך א נקודה. ביי די תלמידות וואס פאלגן, זיי פירן זיך איידל - וועל איך ווייטער זיין שדכן, אבער די וואס פאלגן נישט; וויפיל איך בעט זיך און איך שרייב זיי מען זאל נישט רעדן צווישן זיך פון שידוכים, די וואס רעדן ווייטער - וועל איך נישט טון פאר זיי.


ברוך ה' פאריגע וואך איז געווען דריי שידוכים, אלע דריי כלות זענען איידל, זיי רעדן נישט פון זאכן וואס מען דארף נישט; בין איך געווען זייער שדכן.