בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעטן דעם אייבערשטן די קינדער זאלן גיין און קומען בשלום
הכרת הטוב, קינדער, מוסדות, דרייוון, תפילות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דאס האט געקענט פאסירן, מען האט פארגעסן אייער טאכטער; געלויבט דעם אייבערשטן אז זי איז אנגעקומען בשלום אהיים, איך וועל רעדן אין סקול מען זאל זיין מער פארזיכטיג.


אינדערפרי ווען מען שיקט די קינדער אין חדר און אין סקול דארף מען בעטן דעם אייבערשטן ביי די מזוזה: "הייליגער באשעפער, העלף די קינדער זאלן אהיים קומען געזונט. הייליגער באשעפער, העלף מיינע קינדער זאלן לערנען און זיך פירן מיט יראת שמים, הייליגער באשעפער היט מיינע קינדער און אלע אידישע קינדער זיי זאלן האבן נאר גוטע חברים, גוטע חבר'טעס"; מען ווייסט נישט וואס קען פאסירן גייענדיג אין חדר און אין סקול און אזוי אויך קומענדיג פון חדר און פון סקול, און וואס די קינדער טוען אין חדר און אין סקול.


מוהרא"ש שרייבט (סדור עת רצון) ווען מענטשן וואלטן געוואוסט ווי חשוב און וויכטיג די קליינע תפילה איז וואלט מען דאס געזאגט מיט גרויס כוונה, ווייל אלע פראבלעמען וואלט מען ווען געקענט איינשפארן ווען מען בעט אינדערפרי דעם קליינעם יהי רצון: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹקַי וֵאלֹקֵי אֲבוֹתַי", איך בעט דיר אייבערשטער, "שֶׁתַּצִּילֵנִי הַיּוֹם וּבְכָל יוֹם", אז דו זאלסט מיך אפהיטן, "מֵעַזֵּי פָנִים", פון עזות פנימ'ער, "וּמֵעַזּוּת פָּנִים", און איך זאל נישט זיין קיין עזות פנים צו אנדערע. "מֵאָדָם רָע", פון א שלעכטן מענטש, "מִיֵּצֶר רָע", פון דעם יצר הרע, "וּמֵחָבֵר רָע", פון א שלעכטן חבר, "וּמִשָּׁכֵן רָע", פון א שלעכטן שכן, "וּמִפֶּגַע רָע", און פון א שלעכטע באגעגעניש, "מֵעַיִן הָרָע", פון מענטשן וואס קוקן שלעכט, "מִלָּשׁוֹן הָרָע", פון מענטשן וואס רעדן שלעכט, "מִמַּלְשִׁינוּת", קיינער זאל מיר נישט מסר'ן, "מֵעֵדוּת שֶׁקֶר", מען זאל נישט מאכן אויף מיר קיין פאלשע עדות. "מִשִּׂנְאַת הַבְּרִיּוֹת", פון פיינט האבן מענטשן, "מֵעֲלִילָה", פון פאלשע באשולדיגונגען, "מִמִּיתָה מְשֻׁנָּה", פון אומנאטירליכן טויט, "מֵחֳלָיִם רָעִים", פון שלעכטע קראנקהייטן, "מִמִּקְרִים רָעִים", פון שלעכטע פאסירונגען, "וּמִשָּׂטָן הַמַּשְׁחִית", פון דעם שלעכטן שטן, "מִדִּין קָשֶׁה", פון א שווערן דין, "וּמִבַּעַל דִּין קָשֶׁה", פון א שווערן בעל דין, "בֵּין שֶׁהוּא בֶן בְּרִית", סיי אויב ער איז א איד, "וּבֵין שֶׁאֵינוֹ בֶן בְּרִית", און סיי ווען ער איז נישט קיין איד, "וּמִדִּינָהּ שֶׁל גֵּיהִנֹּם", און פונעם עונש פון גיהנם.


נאך איין קלייניקייט, ווען עס פאסירט אמאל אז די באס פארשפעטיגט דעמאלט קומט ארויס דאס געטריישאפט פון אונזערע דרייווערס, דאס מסירת נפש פון הבחור ... ווי ער טראגט און ברענגט די קינדער מיט אזא מסירות נפש, אן קיין שום באצאלונג; ער דארף גארנישט און וויל גארנישט, ער וויל נאר העלפן דעם רבי'ן. און ווען מען פארגעסט א מיידל אין סקול דעמאלט קומט ארויס די איבערגעגעבנקייט פון אונזערע טיטשערס וואס זיי לייגן אריין זייער לייב און לעבן פאר אונזער סקול; דארף מען געדענקען זיך שטענדיג באדאנקען פאר אלע וואס העלפן די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.