בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט פיינט האבן דאס שטעטל
אומאן, מחלוקת, תשובה, התחזקות, מוהרא"ש, מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מוז זיין אז דו האסט אסאך שלעכטס אין דיר, עס קאכט אין דיר דיין עבר - דיינע מעשים וואס דו דארפסט פאררעכטן, ווייל די אלע טענות וואס דו שרייבסט מיר און וואס דו רעדסט מיט חברים וועגן די שטעטל האט נישט קיין הענט און קיין פיס; עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס עס זאל דיר שטערן די שטעטל. די טענה וואס דו זאגסט אז די מוסד אין וויליאמסבורג וועט צעפאלן - איז זייער לעכערליך. איך זע נישט אז דו זאלסט האבן עפעס אין דיר אויף די אלע משפחות פון אנשי שלומינו וואס שיקן נישט די קינדער פון אנהייב אן אין אונזער הייליגע מוסד אין וויליאמסבורג, איך זע נישט אז דו זאלסט האבן עפעס א פיינטשאפט צו די משפחות וואס וואוינען נישט אין וויליאמסבורג, איך זע נישט אז עס זאל דיר שטערן די משפחות וואס ציען זיך קיין דזשערזי סיטי, מאנסי, סטעטן איילענד וכדומה, נאר ווען מען רעדט פון שטעטל הייבט אן גיין פייער פון דיר; ווען דו רעדסט פון אנשי שלומינו טייערע משפחות וואס ציען זיך ארויס קיין קרית ברסלב ליבערטי - צינדט זיך אן אין דיר א בלינדע פיינטשאפט וואס האט נישט קיין שום זין.


איך מוז דיר זאגן אפן, עס טוט מיר זייער וויי יעדעס מאל וואס איך הער פון אנדערע ווי דו רעדסט מיט א פיינטשאפט אויף די משפחות וואס וואוינען אין שטעטל; דו ווייסט אז נאך אביסל פארן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קיין אומאן אויף ראש השנה וואו מיר וועלן זיין אינאיינעם אלע תלמידי היכל הקודש, און דו ווייסט וואס מוהרא"ש פלעגט אויסרופן פאר תקיעת שופר געשטיקט מיט טרערן: "איך בעט יעדן איינעם, אויב איינער האט פיינט א צווייטן זאל ער מיר טון א טובה און ארויס גיין פון בית המדרש"; איך געדענק ווען מוהרא"ש האט דאס געזאגט, עס קלינגט מיר נאך אין אויער די ווערטער ביז'ן היינטיגן טאג, איך געדענק דאס התעוררות, דאס געוויין וואס האט געהערשט בשעת מעשה, איך געדענק די הרהורי תשובה וואס יעדער איינער האט געהאט און מיט דעם לעב איך א גאנץ יאר.


אויב דו וועסט תשובה טון, דו וועסט זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, וועסטו קענען זיין מיט אונז דעם קומענדיגן ראש השנה הבא עלינו לטובה; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיין אין אונזער חבורה, אבער אז דו וועסט אנהאלטן די פיינטשאפט, דו וועסט נישט קוקן אין די אויגן פון די משפחות וכו', זאג איך דיר קלאר און איך בעט דיר אז דו זאלסט נישט קומען דאווענען ביי אונז. מיר דארפן נישט קיין עולם, מיר זוכן נישט קיין סאך מענטשן, מיר דארפן א חבורה וואס מען האט זיך ליב איינער דעם אנדערן.


איך האב ליב אלע אידן און נאך מער אלע ברסלב'ע חסידים תלמידי היכל הקודש, און דיר האב איך זייער שטארק ליב; אבער יעצט ווען דו שרייבסט מיר די לאנגע מגילה פול מיט האס, מוז איך דיר זאגן אפן: "אדער טוסטו תשובה, דו בעטסט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף דיין עבר און ריין מאכן דיין הארץ זאלסט זיין אמת'דיג מיט זיך אליינס, אדער זאלסטו נישט קומען מער צו מיר".


מיר קענסטו נישט סטראשען און פון מיר קענסטו גארנישט צונעמען; איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט. מוהרא"ש האט מיר געגעבן לעבן און מיר געבעטן איך זאל עפענען א ישיבה, איך האב געפאלגט מיט מסירת נפש; איך האב געהאט צו הערן און צו זינגען פון אלע זייטן - פון אינעווייניג און פון אינדרויסן, אבער גארנישט האט מיר אפגעשטעלט פון צו טון וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט.


אז איך וועל דיר נאר שרייבן איין פראצענט פון וואס איך בין אריבער - וועסטו מיר אויך נישט גלייבן; מען האט מיר פארשעמט אין אלע גאסן, מען האט אויסגעווארפן זייער אסאך מאל פאשקעווילן קעגן מיר אין אלע גאסן, עס זענען ארויסגעקומען גאנצעטע העפטן מיט לשון הרע און הוצאת שם רע אויף מיר און מיין משפחה, עס זענען פארגעקומען גרויסע הפגנות און פראטעסטן קעגן מיר אין די גאנצע שטאט דורך מענער און פרויען, באזונדער איז פארגעקומען הפגנות פון פרויען; במשך א וואך צייט אין איין צי זענען פארגעקומען פראטעסטן אין פארנט פון מיין שטוב, יעדן אינדערפרי זענען געשטאנען פרויען מיט גרויסע שילדן (סיינס) קעגן מיר און קעגן מיין ווייב תחי', מען האט ארויס געווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות וואו זיי האבן געלערנט, מען האט גערופן טאג און נאכט סטראשען מיין ווייב און מיין משפחה, מען האט מיר ארויסגעווארפן פון בתי מדרשים; איך האב נישט געקענט גיין א שטיק צייט אין מקוה, און ווען איך בין שוין יא געגאנגען באהאלטענערהייט האט מען האט מיר אנגעגאסן מיינע וועש אין מקוה. איך האב געכאפט מכות; מען האט מיר צובלוטיגט - איינמאל אין גאס און איינמאל ביי א חתונה. ווען איך פלעג גיין אויף שמחות פון גאר נאנטע משפחה און איך האב געוואלט וואונטשן מזל טוב האט מען מיר נישט צוריק געגעבן די האנט.


שפעטער האט זיך אנגעהויבן א פרשה מיט די שטאט; מען האט גע'מסר'ט די ישיבה אז איך הייס בחורים זיך נעמען דאס לעבן, מען האט מיר גערופן אויף חקירות ודרישות; טעג און וואכן האב איך נישט געהאט קיין מנוחה פון די פאלשע מסירות. שפעטער האט זיך אנגעהויבן א פרשה מיט רבנים, מען האט מיר גערופן צו דין תורה'ס און מען האט געוואלט ארויסקומען מיט א חרם אויף די ישיבה.


אזוי אויך האב איך געליטן פון אינעווייניג, אין היכל הקודש האט מען מיר זייער וויי געטון; רוב חברים וואס האבן זיך געדריידט אין היכל הקודש האבן אויפגעהערט רעדן מיט מיר, עס איז ביי מיר מקוים געווארן דער פסוק וואס דוד המלך וויינט צום אייבערשטן (תהלים מא, י): "גַּם אִישׁ שְׁלוֹמִי אֲשֶׁר בָּטַחְתִּי בוֹ", מיינע נאנטע פריינד, "אוֹכֵל לַחְמִי", נאנטע מענטשן וואס האבן געגעסן מיין ברויט, מיין געלט, מיין געהאלט, - "הִגְדִּיל עָלַי עָקֵב", זענען געווארן מיינע פיינט, זיי האבן גערעדט צו מוהרא"ש שלעכטס אויף מיר; עס האט געפעלט א האר, עס איז געווען "כְפֶשַׂע בֵּינִי וּבֵין הַמָּוֶת", עס זאל ווערן א פירוד חס ושלום צווישן מיר און מוהרא"ש.


און נאך אסאך אסאך, וואס מען קען נישט אנהייבן צו שרייבן - וואס איז אריבער אויף מיר; מיט דעם אלעם האב איך קיינמאל נישט געטראכט פון אפלאזן די ארבעט. ביי מיר איז געווען א ווארט פון מיין הייליגער רבי וואס האט מיר געגעבן א שליחות צו טון - א ווארט.


איך שרייב דיר דאס אלעס כדי דו זאלסט וויסן אז מיר קענסטו נישט צעברעכן; קענסט פרובירן אבער עס וועט דיר נישט גיין. ווען מען וויל מיר צעברעכן מאכט מען מיר נאר שטערקער, ווייל ווען עס גייט אריבער אויף מיר שוועריקייטן גיי איך צוריק צום אייבערשטן, איך וויין זיך גוט אויס און איך בעט אים ער זאל מיר העלפן, דורכדעם ווער איך נאר מער מחוזק. ווען א מענטש וויל עפעס דעמאלט קען מען אים שטערן, מען קען אים אונטערלייגן פיסלעך וכו' וכו', אבער ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט - קען מען אים גארנישט טון.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסב): דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו האט געבעטן זיינע תלמידים זיי זאלן מקרב זיין א געוויסער איד אן עושר, שפעטער ווען ער איז מקורב געווארן און ער איז געווארן א גרויסער צדיק איז ער געווארן אן ארעמאן, האט דער הייליגער מגיד געזאגט "חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא כה:) 'הָרוֹצֶה שֶׁיַעֲשִׁיר - יַצְפִּין', ווער עס וויל רייך ווערן זאל זיך שטעלן אויף צפון זייט 'הָרוֹצֶה שֶׁיַחְכִּים – יַדְרִים', און ווער עס וויל קלוג ווערן זאל זיך שטעלן אויף דרום זייט, קומט אויס אז דער איד - איידער ער איז מקורב געווארן צו עבודת השם איז ער געווען אויף צפון זייט, איז ער געווען רייך, אבער יעצט ווען ער איז אריבערגעקומען אויף דרום זייט, ער איז געווארן אן ערליכע איד, א חכם - קען ער שוין נישט זיין אויף צפון זייט", זאגט דער רבי: "דאס איז ווען א מענטש וויל עפעס, ווען דער מענטש פארנעמט פלאץ אויף די וועלט - דעמאלט קען ער זיין נאר אין איין פלאץ, אדער צפון אדער דרום, וואס איז אבער ווען א מענטש וויל גארנישט? דעמאלט פארנעמט ער נישט קיין פלאץ אויף די וועלט, דעריבער קען ער זיין סיי קלוג און סיי רייך", אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו, די תורה זאגט (במדבר יב, ג): "וְהָאִישׁ משֶׁה עָנָו מְאֹד מִכֹּל הָאָדָם אֲשֶׁר עַל פְּנֵי הָאֲדָמָה", משה רבינו איז געווען א גרויסער עניו; וואס מיינט אן עניו? אז ער האט נישט פארנומען קיין פלאץ אויף די וועלט, ער איז געווען ביי זיך גארנישט; אזא איינער - זאגט דער רבי - קען זיין רייך און קלוג.


אזוי איז ווען מען קריגט אויף איינעם, מען וויל אים צעברעכן; כל זמן דער מענטש וויל עפעס קען מען אים צעברעכן, אבער אז דער מענטש וויל גארנישט, ער איז בכלל נישט תופס מקום - דעמאלט קען מען אים גארנישט טון.


איך וועל ווייטער ממשיך זיין מיט מיין שליחות, אויפשטעלן מוסדות פאר בחורים אינגלעך און מיידלעך און כוללים פאר אברכים, איך וועל ווייטער געבן שיעורים פאר אינגעלייט און פרויען, זיי ברענגען נאנט צום אייבערשטן, זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיי זאלן קענען לעבן אויף די וועלט, זיי זאלן ליב האב די תורה, און אלע וואס שטערן מיר און לייגן מיר אונטער פוסלעך - מאכן מיר נאר שטערקער, זיי העלפן מיר מיט מיין התבודדות, זיי שטופן מיר נאכאמאל צוריק צו גיין צום אייבערשטן, עס איז פארט אן אנדערע התבודדות ווען מען ווערט געשטערט וכו' וכו'.


איך שרייב דיר נאר ווייל איך טראכט אז איך וועל קענען עפענען די בלינדע טפשות וואס איז דא ביי דיר אויפ'ן שטעטל.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר מצליח זיין סיי מיט אונזער מוסד אין וויליאמסבורג און סיי מיט'ן מוסד אין שטעטל, און איך האף צו גיין ווייטער און ווייטער. איך זיץ שוין מיט רבי ... נרו יאיר דער מנהל המוסד ווי אזוי אויסצושטעלן די קלאסן פאר'ן קומענדיגן יאר, און מיט די מנהלת תחי'; בשעת דו שרייבסט מיר דיין לאנגע מגילה, זיץ איך מיט'ן מנהל און מנהלת ווי אזוי אויסצושטעלן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר, מיר לייגן אריין כוחות ארויס צו געבן ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.