בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גייט נישט צו די בחירות, דער עיקר איז דער מאן און ווייב זאלן שטימען
שלום בית, אמונה, הפצה, פסח, בלבולים, קשיות, בחירות, תפילות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; עס איז גאר אנדערש די הכנות צום יום טוב פסח ווען מען ווייסט פון רבי'ן, אלעס גייט צו מיט א שטארקע שמחה, מען פריידט זיך צו רוימען די חמץ.


ווען איר רוימט אויס די חמץ זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף די חמץ וואס איז אין הארצן, די חמץ וואס ליגט אין מח; דער יצר הרע וואס ווערט אנגערופן (ברכות יז.): 'שְׂאוֹר שֶׁבְּעִסָּה', מען זאל נישט האבן קיין שום קשיות און ספיקות אויפ'ן אייבערשטן.


קשיות און ספיקות איז אסור - אפילו במשהו; איין פינטעלע קשיות אויף די אמונה איז שוין זייער ביטער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה): "וְתַעֲשֶֹה מֵאוֹתִיּוֹת חָמֵץ מַצָּה, הַיְנוּ שֶׁלֹּא תַּחְמִיץ חָכְמָתְךָ", חמץ און מצה האבן די זעלבע אותיות, ביידע האבן א מ' און א צ', דער גאנצער חילוק איז פון דעם אות חי"ת און דעם אות ה"א וואס מאכט אינגאנצן אויס א קליינע פינטעלע, ווייל אז מען לייגט צו א קליינע פינטעלע צום אות ה"א ווערט דאס א חי"ת; זאגט דער רבי אז מען דארף אכטונג געבן פון שלעכטע מחשבות אפילו במשהו.


טייערע חברים, וויסן זאלט איר אז אן תפילה קען מען גארנישט; מען דארף אסאך בעטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין נזהר פון א משהו חמץ, איך זאל זוכה זיין אריינצוגיין אין יום טוב מיט שמחה"; נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו זיין נזהר פון חמץ און זיין פרייליך יום טוב.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן זייער אסאך מאל די מעשה פון דעם גרויסן צדיק, רבי דוד ממיקולייב זכרונו לברכה, א תלמיד פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. ער האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פאר זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב, ער האט עס אליינס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע ענינים און מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפ'ן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביי די גרעניץ און דער וועכטער האט געעפנט די וויין און עס מטמא געווען, ער האט עס געמאכט יין נסך. רבי דוד איז געווארן אויסער זיך, ער איז געווארן זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, ער האט געפרעגט זיין רבי דעם הייליגן בעל שם טוב זי"ע פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געפרעגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטער אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פאר'ן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטער.


מוהרא"ש פלעגט דאס שטענדיג חזר'ן מיט אונז, מיר זאלן וויסן און געדענקען צו בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך; נאר אזוי האט מען הצלחה.


טייערע ליבע ברידער, גייט מזכה זיין אנדערע זיי זאלן אויך האבן וואס מיר האבן; זייט עוסק אין די הייליגע עבודה פון מפיץ זיין. מיר דארפן געבן אונזער חיים טובים פאר אנדערע, מיר קענען דאס נישט האלטן בלויז פאר אונז; מיר דארפן עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים ווי מער. פארשטייט זיך עס זאל נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב; מען דארף יעצט העלפן אין שטוב אריינברענגען דעם יום טוב, אבער אין די זייטיגע צייטן דארף מען גיין מזכה זיין אידישע קינדער זיי זאלן אויך האבן דעם רבינ'ס התחזקות.


יעצט גייט זיין נאכאמאל בחירות, דארף מען גיין פארשפרייטן פאר אלעמען פאר וועמען מיר שטימען; מיר שטימען פאר'ן אייבערשטן, מיר דארפן פארשפרייטן פאר אלעמען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט און אלעס אנדערש איז ליגנט. נישט דער פארטיי וועט אונז העלפן און נישט יענע פארטיי וועט זיין גוט, אלעס איז נארישקייטן; די אלע פארטייען מיינען כבוד און געלט, מיר האבן נישט קיין חלק אין די זאכן, מיר האבן די הייליגע תורה. אנדערע זאגן אויך: 'מיר פאלגן דעת תורה', אבער עס איז תורא מיט אן אל"ף, "וְאָתָא תּוֹרָא וְשָׁתָא לְמַיָּא"; עס איז געקומען די אקס און אויסגעטרינקען די וואסער, די הייליגע תורה, אזוי ווי עס שטייט (בבא קמא יז.): "אֵין מַיִם אֶלָּא תּוֹרָה", די תּוֹרָא טרינקט אויס די אמת'ע תורה.


אין שטוב זאלט איר זיך אויסקומען, מאן און ווייב זאלן שטימען. אין אידיש זאגט מען, ווען מען קומט זיך נישט אויס: "מיר שטימען נישט"; ווען מאן און ווייב קריגן זיך זאגט מען אויף זיי: "זיי שטימען נישט?" די זעלבע ווארט וואס מען נוצט ווען מען זאגט: "מיר גייען נישט צו די בחירות"; בעט איך אייך, מיר שטימען טאקע נישט ביי די בחירות, אבער אין שטוב שטימען מיר יא; תלמידי היכל הקודש געבן זייער אכטונג צו שטימען אין שטוב, זיך נישט קריגן.


קויפט א שיינע זאך פאר די ווייב לכבוד יום טוב; געב איר געלט מיט א גוט אויג, מיט די גאנצע הארץ. זאג איר 'דאס איז פאר דיר לכבוד יום טוב', זי זאל זיך קויפן וואס איר הארץ באגערט. עס זאל דיר נישט אנגיין וואס זי קויפט, א פרוי וויל עפעס אנדערש, זי האט אירע זאכן וואס זי דארף; זאלסטו איר פרייליך מאכן.


דא האט איר א תפילה, א געבעט צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח אזוי ווי עס דארף צו זיין:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס קוּמְט יֶעצְט דֶער יוֹם טוֹב פֶּסַח, אִיךְ פְּרוּבִּיר זִיךְ צוּצוּגְרֵייטְן צוּם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב, אִיךְ וֵוייס אָבֶּער דֶעם אֱמֶת אַז אִיךְ אַלֵיין קֶען גָארְנִישְׁט טוּן, נָאר מִיט דַיין הִילְף וֶועל אִיךְ קֶענֶען זוֹכֶה זַיין צוּ אַ שֵׁיינֶעם יוֹם טוֹב. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל הָאבְּן גֶענוּג גֶעלְט צוּ קֶענֶען אַיינְקוֹיפְן אַלֶע גֶעבְּרוֹיכְן פוּן יוֹם טוֹב, אַז אִיךְ זָאל קֶענֶען צוּשְׁטֶעלְן פַאר מַיין וַוייבּ אוּן קִינְדֶער אַלֶעס וָואס זֵיי דַארְפְן הָאבְּן אוֹיף יוֹם טוֹב. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁפִּירְן אַ זִיסֶע אוּן גֶעשְׁמַאקֶע טַעַם אִין דֶעם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב, אִיךְ זָאל נָאר זַיין פְרֵיילִיךְ בְּמֶשֶׁךְ דֶעם גַאנְצְן פֶּסַח, אֲפִילוּ וֶוען זַאכְן וֶועלְן נִישְׁט גֵיין אַזוֹי וִוי אִיךְ וִויל, אֲפִילוּ וֶוען זַאכְן וֶועלְן זִיךְ נִישְׁט אוֹיסְאַרְבֶּעטְן אַזוֹי וִוי אִיךְ הָאבּ זִיךְ פָארְגֶעשְׁטֶעלְט, זָאל אִיךְ נִישְׁט וֶוערְן גֶערֶעגְט אוּן טְרוֹיעֶרִיג נָאר אִיךְ זָאל זִיךְ וַוייטֶער הַאלְטְן זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרַיינְצוּבְּרֶענְגֶען אַ פְרֵיילִיכֶע שְׁטִימוּנְג אִין מַיין שְׁטוּבּ, אִיךְ אַלֵיין זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל אוֹיךְ מַאכְן פְרֵיילִיךְ מַיין וַוייבּ אוּן קִינְדֶער. דִי שִׂמְחָה‏ זָאל זִיךְ אִיבֶּערְגִיסְן פוּן מִיר אַזוֹי וַוייט אַז אֲפִילוּ וֶוער עֶס וֶועט נָאר שְׁטֵיין נֶעבְּן מִיר זָאל אוֹיךְ וֶוערְן פְרֵיילִיךְ.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ גֶעבּ אִיבֶּער מַיין גַאנְצֶע יוֹם טוֹב פֶּסַח פַאר דִיר, אִיךְ גֶעבּ זִיךְ אִינְגַאנְצְן אִיבֶּער פַאר דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט עֶסְן קַיין בְּרֶעקְל חָמֵץ אוּן עֶס זָאל זִיךְ נִישְׁט גֶעפוּנֶען אִין מַיין הוֹיז קַיין מַשֶׁהוּ חָמֵץ אוּם פֶּסַח. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זִיךְ זֵייעֶר פְרֵייעֶן מִיט דֶעם וָואס אִיךְ בִּין זוֹכֶה אוֹיסְצוּרֵיינִיגְן דֶעם חָמֵץ פוּן מַיין שְׁטוּבּ אוּן אִיךְ בִּין זוֹכֶה צוּ עֶסְן דִי הֵיילִיגֶע מַצָה. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ דִי אַלֶע סְגוּלוֹת פוּן דִי הֵיילִיגֶע מַצָה, אַז דִי מַצָה זָאל אוֹיסְוַואשְׁן מַיין הַארְץ, עֶס זָאל אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין מַיין הַארְץ אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה, אַז אִיךְ זָאל נָאר גְלֵייבְּן אִין דִיר מִיטְ'ן גַאנְצְן הַארְץ, אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין שׁוּם סְפֵיקוֹת אִין דִי הֵיילִיגֶע אֱמוּנָה, אִיךְ זָאל וִויסְן אוּן גְלֵייבְּן מִיט אַ קְלָארְקֵייט אַז נָאר דוּ פִירְסְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיף דֶער וֶועלְט אוֹיסֶער דִיר. דִי מַצָה זָאל זַיין צוּ מִיר פַאר אַ רְפוּאָה, עֶס זָאל מִיר אוֹיסְהֵיילְן פוּן אַלֶע סָארְט קְרֶענְק, סֵיי פִיזִישֶׁע קְרֶענְק אוּן סֵיי גֵייסְטִישֶׁע קְרֶענְק, עֶס זָאל מִיר אוֹיסְהֵיילְן בְּגַשְׁמִיוּת אוּן עֶס זָאל מִיר אוֹיסְהֵיילְן בְּרוּחֲנִיוּת.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז דִי שִׂמְחָה פוּן דִי הֵיילִיגֶע מַצָה אוּן פוּן אַלֶע מִצְוֹת פוּנֶעם יוֹם טוֹב זָאל מִיר בַּאגְלֵייטְן אוֹיךְ אוֹיף דִי גַאנְצֶע יָאר, אִיךְ זָאל אַ גַאנְץ יָאר זַיין זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ אַז אִיךְ הָאבּ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ עֶסְן נָאר מַצָה אוּן נִישְׁט חַס וְשָׁלוֹם קַיין שׁוּם בְּרֶעקְל חָמֵץ אוּם פֶּסַח. אוּן אַזוֹי זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג‏ נָאר פְרֵייעֶן מִיט יֶעדֶע מִצְוָה וָואס אִיךְ טוּ, מִיט יֶעדֶע גוּטֶע זַאךְ וָואס אִיךְ טוּ, אֲפִילוּ וֶוען אִיךְ קוּק זִיךְ אָן אוּן אִיךְ זֶע אַז אִיךְ בִּין אַזוֹי וַוייט פוּן דִיר, אוּן דֶער יֵצֶר הָרַע וִויל אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין מִיר אַ צֶעבְּרָאכְנְקֵייט אוּן עַצְבוּת, זָאל אִיךְ זִיךְ נִישְׁט לָאזְן פַארְפִירְן פוּן אִים, נָאר אִיךְ זָאל זִיךְ וַוייטֶער הַאלְטְן זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ, אִיךְ זָאל קוּקְן נָאר אוֹיף דִי גוּטֶע חֲלָקִים וָואס אִיךְ הָאבּ, אוּן דוּרְךְ דֶעם זוֹכֶה זַיין צוּ וֶוערְן אֱמֶת'דִיג נָאנְט צוּ דִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער! אִיךְ וִויל אוֹיךְ אַרוֹיסְגֵיין פוּן מִצְרַיִם! אַזוֹי וִוי דִי אִידִישֶׁע קִינְדֶער זֶענֶען גֶעוֶוען פַארְשְׁקְלַאפְט אִין מִצְרַיִם אוּנְטֶער דֶעם שְׁוֶוערְן יָאךְ פוּן פַּרְעֹה אוּן דִי שְׁלֶעכְטֶע מִצְרִיִים, דִי זֶעלְבֶּע בִּין אִיךְ אוֹיךְ פַארְשְׁקְלַאפְט אוּנְטֶער מַיין שְׁוֶוערֶע יֵצֶר הָרַע אוּן אוּנְטֶער מַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע מִדוֹת אוּן שְׁלֶעכְטֶע תַּאֲווֹת, אוּן אִיךְ זֶע נִישְׁט דֶעם וֶועג אַרוֹיס פוּן מַיין אֵייגֶענֶע שְׁוֶוערֶע גָלוּת. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, מַיינֶע אוֹיגְן זֶענֶען נִישְׁט גוּט, זֵיי וִוילְן נָאר קוּקְן אוֹיף זַאכְן וָואס מֶען טָאר נִישְׁט, אוּן זֵיי וִוילְן נִישְׁט קוּקְן צוּ דִיר. מַיינֶע אוֹיעֶרְן וִוילְן נָאר הֶערְן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן אוּן זֵיי וִוילְן זִיךְ נִישְׁט צוּהֶערְן צוּ דִי קוֹל פוּן דִי צַדִיקִים וֶועלְכֶע וִוילְן מִיר מְקַרֵב זַיין צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. מַיין נָאז טוֹיג אוֹיךְ נִישְׁט, אִיךְ הָאבּ אַזַא שְׁטַארְקֶע "חֲרוֹן אַף", יֶעדֶע קְלֵיינִיקֵייט וָואס גֵייט נִישְׁט אַזוֹי וִוי אִיךְ וִויל, נֶעמְט מִיךְ מַמָשׁ אַרוֹיס פוּן דִי כֵּלִים אוּן אִיךְ וֶוער אַזוֹי שְׁנֶעל אוֹיפְגֶערֶעגְט. מַיין מוֹיל אִיז מַמָשׁ וִוי פַארְשְׁלָאסְן וֶוען עֶס קוּמְט צוּ רֶעדְן צוּ דִיר אוּן וֶוען עֶס קוּמְט צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אַנְשְׁטָאט אִיךְ זָאל אוֹיסְנוּצְן מַיין מוֹיל וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אַנְשְׁטָאט אִיךְ זָאל אוֹיסְנוּצְן דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גְרוֹיסֶע כּוֹחוֹת וָואס אִיךְ הָאבּ אִין מַיין מוֹיל, וֶוען אִיךְ זָאל זִיךְ אוֹיסְרֶעדְן מַיין גַאנְצֶע הַארְץ פַאר דִיר יֶעדְן טָאג, וֶוען אִיךְ זָאל זִיךְ אוֹיסְבֶּעטְן בַּיי דִיר אַלֶעס וָואס אִיךְ דַארְף, וָואלְט אִיךְ שׁוֹין לַאנְג גֶעהָאלְפְן גֶעוָוארְן אוּן אַרוֹיסְגֶעקְרָאכְן פוּן אַלֶע מַיינֶע פְּרָאבְּלֶעמֶען; וֶוען אִיךְ זָאל וֶוען נוּצְן מַיין מוֹיל צוּ זָאגְן דִי וֶוערְטֶער פוּן דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, וָואלְט דִי תּוֹרָה מִיךְ שׁוֹין לַאנְג גֶעמַאכְט פְרֵיילִיךְ אוּן מִיךְ בַּארוּאִיגְט פוּן אַלֶע מַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע מִדוֹת אוּן שְׁלֶעכְטֶע תַּאֲווֹת; אַנְשְׁטָאט דֶעם נוּץ אִיךְ מַיין מוֹיל נָאר צוּ רֶעדְן נַארִישְׁקֵייטְן אוּן זַאכְן וָואס דוּ לָאזְט נִישְׁט רֶעדְן, אוּן דָאס בְּרֶענְגְט אוֹיף מִיר נָאךְ פִיל מֶער צָרוֹת אוּן פְּרָאבְּלֶעמֶען. מַיין מֹחַ אִיז אִינְגַאנְצְן פַארְדְרֵייט, אִיךְ טְרַאכְט נָאר פוּן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן אוּן עֲבֵירוֹת, מַיין מֹחַ אִיז פוּל מִיט אַלֶע סָארְט פְּחָדִים, אִיךְ טְרַאכְט נָאר וָואס אַ צְוֵוייטֶער וֶועט זָאגְן אוֹיף מִיר, אוּן מַיין מֹחַ אִיז פַארְדְרֵייט מִיט אַלֶע סָארְט גֵייסְטִישֶׁע קְרֶענְק אוּן שְׁוֶוערִיקֵייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, שִׁיק מִיר שׁוֹין משֶׁה רַבֵּינוּ, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין טְרֶעפְן דֶעם אֱמֶת'ן צַדִיק אַזוֹי וִוי משֶׁה רַבֵּינוּ וָואס הָאט דֶעם כֹּחַ מִיר אַרוֹיסְצוּנֶעמֶען פוּן מַיין שְׁוֶוערֶע גָלוּת מִצְרַיִם, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זִיךְ צוּהֶערְן צוּם קוֹל פוּן דֶעם צַדִיק, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל פָאלְגְן דִי אַלֶע עֵצוֹת פוּנֶעם צַדִיק, אוּן דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ אַרוֹיסְגֵיין פוּן מַיין אֵייגֶענֶע גָלוּת, אִיךְ וֶועל אֱמֶת'דִיג שְׁפִּירְן דֶעם "כְּאִילוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם", אִיךְ וֶועל קֶענֶען אַרוֹיסְגֵיין פוּן מַיין מִצְרַיִם, אוּן דַאן וֶועל אִיךְ קֶענֶען זִינְגֶען שִׁירָה פַאר דִיר, אוּן דִיר דַאנְקֶען פַאר דִי גְרוֹיסֶע נִסִים וָואס דוּ הָאסְט גֶעטוּן מִיט מִיר".


 דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.