בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א געפיל צו צניעות
מדות טובות, חיזוק פאר פרויען, צניעות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


שטארק זיך און שטארק אלעמען מיט גוטע ווערטער; עס איז א גרויסע מצוה צו מחזק זיין אנדערע און עס איז אויך א גוטע עצה צו ווערן אליינס מחוזק.


רעד מיט דיינע חבר'טעס; אלע קוקן דיר ארויף, אלע ווילן גיין אנגעטון איידל. עס איז דא א שטארקע נסיון ביי יונגע ווייבלעך צו גיין אנגעטון ציענדיג, שרייעדיג און אויפפאלנד; דער נסיון איז בעיקר ביי די יונגע ווייבלעך און אז מען האט א גוטע חבר'טע וואס איז שטארק מיט איר איידלקייט העלפט דאס פאר אנדערע אויך צו זיין שטארק.


דערפאר בעט איך דיר זייער, געב פאר יעדן איינעם גוטע ווערטער, רעד שיין צו אלעמען, וועלן אלע דיר נאכמאכן, אלע וועלן ליב האבן צניעות.


עס גייט מיר ממש אין לעבן אז די תלמידות בית פיגא און אלע יונגע ווייבלעך וואס ווערן מקורב צו אונזער קהלה זאלן ליב האבן צניעות; זיי זאלן דאס וועלן, נישט טון די אלע זאכן וואס דער אייבערשטער הייסט – געצוואונגענערהייט. איך בעט דער אייבערשטן פאר אלע תלמידים ותלמידות זיי זאלן ליב האבן אידישקייט און זיך עקלען פון עבירות, זיי זאלן ברעכן פון פריצות און ווערן איבלדיג פון אויסגעלאסענע קליידער.


איך האף אז דו וועסט מיר העלפן, דורכדעם וואס דו וועסט רעדן שיין צו יעדן און שמייכלען צו יעדן און פאר אלעמען געבן גוטע ווערטער, וועלן אלע באקומען א געפיל צו איידלקייט.


איך האף אז דו זאגסט נאך תהלים; הלוואי זאלסטו זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, אזוי וועסטו ענדיגן יעדע וואך דעם ספר תהלים.