בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די גרעסטע כיבוד אב ואם איז ווען מ'פירט זיך ערליך
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר, תלמוד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט'ן לערנען די הייליגע תורה; איך האב זיך זייער געפרייט צו זען דעם חשבון וויפיל דו האסט זוכה געווען צו לערנען דעם יאר, אזויפיל פרקים משניות און דפים גמרא, וכו', וכו'.


איך שיק דיר צוריק דעם בריוו וואס דו האסט מיר געשריבן, איך וויל דו זאלסט דאס ווייזן פאר דיין טאטע און מאמע; זאלן זיי זען נחת פון דיר. ווייז זיי דעם בריוו, דעם חשבון וואס דו האסט אפגעשריבן, וויפיל תורה דו האסט געלערנט דעם יאר – וועסטו זיי מחי' זיין.


דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם, אז עלטערן זעען ווי זייער קינד לערנט און פירט זיך מיט גוטע מידות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" - "שֶׁיְּהֵא שֵּׁם שָׁמַיִם מִתְאַהֵב עַל יָדְךָ", א מענטש דארף זען אז דורך אים זאלן מענטשן ליב האבן דעם אייבערשטן; ווען א מענטש לערנט די הייליגע תורה און ער איז משמש תלמידי חכמים, אויב פירט ער זיך אויף מיט דרך ארץ, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו, אַשְׁרֵי רַבּוֹ, שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן און וואויל איז פאר זיינע רבי'ס וואס האבן אים געלערנט תורה. ווידער פארקערט, ווען מען זעט א מענטש וואס לערנט נישט, זאגט מען: "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלא לָּמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוק ווי שיין דער מענטש וואס לערנט תורה פירט זיך אויף, אויף אים איז געזאגט געווארן דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער זאגט: "איך בארים זיך מיט דיר". אבער דער וואס פירט זיך נישט אויף מיט דרך ארץ, וואס זאגן מענטשן? "אוֹי לּוֹ לִפְלוֹנִי שֶׁלָּמַד תּוֹרָה, אוֹי לּוֹ לְאָבִיו וּלְרַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וויי פאר אים און וויי פאר זיינע עלטערן און רבי'ס וואס האבן אים געלערנט וכו'; עיין שם.


בנוגע עסן פאר'ן דאווענען וכו', דו ווילסט וויסן וואס צו טון מחמת דיין רגילות צו עסן פאר'ן דאווענען; די בעסטע זאך איז דו זאלסט דאווענען גלייך ווען דו שטייסט אויף. גיי אין מקוה, זוך א מנין און שטעל זיך דאווענען, ווייל מען טאר נישט עסן פאר'ן דאווענען, דאס איז א בפירוש'ע הלכה (שלחן ערוך אורח חיים, סימן פט, סעיף ג).


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.