בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דאס שטעטל איז נאר אינטערעסאנט אויב ס'איז דא שלום און פריינטשאפט
מחלוקת, אחדות, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב געהערט דיינע טענות.


וויסן זאלסטו אז מיר טוען אלעס וואס מיר קענען אז די וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל זאלן זיין צופרידן; איך געב אוועק טעג און נעכט זיצנדיג מיט די חברי הנהלה נאר לטובת די איינוואוינער.


עס לוינט נישט צו קומען וואוינען אין שטעטל אויב עס קומט ארויס פון דעם א פיינטשאפט צו אנשי שלומינו, עס לוינט נישט צו קויפן און בויען א הויז אז מען ווערט אנגעגעסן וכו', נישט פאר דעם בוי איך דעם שטעטל, נישט דאס איז די מטרה; די מטרה איז איין זאך, מיר זאלן האבן א פלאץ וואו מען וועט לעבן איינער מיט'ן צווייטן בשלום, מען וועט לעבן מיט'ן אייבערשטן און טון חסד.


די אלע לשונות ווי 'מיין בלוט איז רויט', יענעמס בלוט איז רויט, בלוי, וכו', קומט נישט דא אריין, קיינעמס בלוט איז נישט רויטער אדער שווארצער, אלע זענען חשוב, אלע זענען אייניג; דאס וואס מען בויט נאכנישט ביי דיר איז דא א סיבה דערצו, אז די שטאט געבט נישט יעצט בזמן קאראנע קיין רשות צו בויען, און די אנדערע האבן שוין באקומען פון פארדעם.


עס איז א שאד זיך אויפצועסן און טראכטן אז מען בא'עוולה'ט דיר וכו'; זאלסט וויסן אז דער אינגערמאן וואס בויט די הייזער אין שטעטל איז מיר זייער געטריי, ער האט מיר זייער געהאלפן אלע יארן, פון אנהויב, אן קיין אינטערעסע; ער האט געבויט די ישיבה און איז אריין אין הונדערטער טויזנטער דאלער חובות, קיינער האט מיר נישט געהאלפן, נאר ער.


איך דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס איך האב געהאט אין שנת תשע"א, בשעת מיר האבן געדארפט ענדיגן דעם בנין הישיבה, האט מיר דער אינגערמאן געזאגט: "עד כאן, איך קען מער נישט", ער האט נישט געקענט בלייבן ארבעטן בחנם מיט א גאנצע קאמפעני ארבעטערס וכו', בין איך געקומען צו מוהרא"ש מיט אים, איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז איך ווייס נישט וואס צו טון, ער וויל אנטלויפן; ער זאגט אז ער גייט אוועק, ער בלייבט נישט ארבעטן. האט זיך מוהרא"ש אויסגעדרייט צו אים און אים געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן וואס צו טון ווען דו וויינסט אז מען צאלט נישט וכו', אבער אז דו וועסט בלייבן העלפן די ישיבה וועסטו זוכה זיין צו שיינע זאכן וכו'". יעצט העלפט ער מיר בויען די שטעטל, ער העלפט מיר זייער, ער איז מיר באמת געטריי. ער וויל ענדיגן דיין דירה מער ווי דו אליינס ווילסט דאס ענדיגן, עס איז נאריש צו טראכטן אז דעמס בלוט איז רויטער, יענעמס בלוט איז רויטער וכו', וכו'.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו וויינסט א גאנצע נאכט וכו', דאס איז גוט; הלוואי זאלן אלע זוכה זיין צו דעם, זיך צו מתבודד זיין גאנצע נעכט. די שאלה איז אויף וואס מען וויינט; וויינען דארף מען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו תיקון המדות, מען זאל ליב האבן יעדן איינעם, מען זאל נישט פיינט האבן איינער דעם צווייטן, מען זאל געדענקען ווער מען איז און וואס מען דארף אלץ פאררעכטן.


אז דו פרעגסט מיר וואלט איך דיר געזאגט: "בוי נישט, ענדערש בלייב וואוינען וואו דו וואוינסט ווי איידער עס זאל ארויסקומען פיינטשאפט".


געב איבער פאר אלע וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל אז עס איז א שאד צו קומען וואוינען אין די פאר מייל אין ליבערטי; די וועלט איז זייער גרויס, עס איז דא אזויפיל פלעצער וואו צו קויפן א הויז, פארוואס זאל מען זיך ארויסשלעפן ביז ליבערטי? אז מען וויל זיין מיט'ן ראש ישיבה זאל מען העלפן דעם ראש ישיבה; על כל פנים נישט אונטערברענגען.


איך וויל מען זאל בויען דוקא דורך די הנהלה, אז דו פארשטייסט בעסער איז דאך דא שענערע פלעצער וואו צו וואוינען. איך וויל מען זאל רעדן שיין צו די חברי ההנהלה און מען זאל זיי מחזק זיין; אז דו פארשטייסט בעסער פארוואס זיך שלעפן צו אזא פארשלעפטע פלאץ?


אז מען האט א טענה אויף איינעם קען מען דאס דורכרעדן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף לויפן צו די בחורים.