בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען דארף אויסלערנען פאר קינדער דרך ארץ
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב געהערט דיין מעסידזש.


איך זע אז דו ווייסט נישט וואס חינוך איז, און דו ביסט דיר אליין שולדיג; אז א קינד זאל ביי די ניין יאר רעדן צו א טאטע מיט אזא חוצפה, איז א סימן אז די עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי מען איז מחנך די קינדער. דער רבי זאגט זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיך לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶך אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; זייער אסאך עלטערן זענען זיך טועה מיט דעם וואס זיי טראכטן אז חינוך הייבט זיך אן שפעטער ווען די קינדער זענען שוין גרעסער, עס איז נישט אזוי, חינוך הייבט זיך אן ווען מען איז נאך גאר יונג.


א מענטש ווערט באשאפן מיט שלעכטע נאטורן, און מען דארף דאס אויסארבעטן; עלטערן דארפן העלפן זייערע קינדער אויפוואקסן געזונט. ווי קען זיין אז א קינד פון ניין יאר זאל רעדן מיט אזא חוצפה צו זיין טאטע?! עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ אז עס איז דא אזא זאך בכלל, דאס איז נאר ווייל דו ביסט אים נישט מחנך, דו מיינסט אז מיט דעם וואס דו מוסר'סט אים נישט, וועט ער דיר ליב האבן. שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂך שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווער עס האט ליב זיין קינד, זאגט אים מוסר, און ווער עס זאגט נישט קיין מוסר, איז א סימן אז ער האט פיינט זיין קינד.


דאס וואס דו זאגסט מיר אז דו פירסט זיך מיט דיינע קינדער אזוי ווי מוהרא"ש האט געלערנט, מען זאל גיין בדרכי נועם און מען זאל האבן סבלנות וכו', דאס רעדט מען ווען דער קינד האט עפעס צעבראכן, דער קינד האט עפעס אויסגעגאסן, דער קינד טאנצט, דער קינד שפרינגט - אויף דעם דארף מען האבן סבלנות, אבער ווען א קינד רעדט צו די עלטערן מיט חוצפה, דארף מען אים באשטראפן, און אויב מען מאכט זיך נישט וואוסענדיג וועלן די קינדער ארויס גיין לתרבות רעה רחמנא לצלן.


ווען עס קומט צו דרך ארץ, טאר מען קיינמאל נישט נאכגעבן. ווען דער טאטע זעט ווי דער קינד פאלגט נישט די מאמע, דארף דער טאטע זיך שטעלן זייער שטארק אויף דעם, און אויסלערנען דעם קינד אז מען דארף פאלגן מאמי; ווער רעדט נאך אויב דער קינד האט זיך מתחצף געווען פאר די מאמע אדער טאטע, דארף מען אים מחנך זיין אז מען טאר נישט צוריק ענטפערן פאר א טאטע אדער מאמע.


די הייליגע חכמים לערנען אונז (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶך אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה"; דאס איז א' ב' פון חינוך. א קינד דארף וויסן אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט, נישט דא קיין ויכוחים, נישט דא קיין הסברים און נישט דא קיין טעמים, ווען א קינד פרעגט: "פארוואס דארף איך דאס טון?" איז דא איין תירוץ: "ווייל טאטע מאמע האבן אזוי געזאגט", אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען; וואויל איז פאר עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער ווען זיי זענען יונג.


דריי שנעל צוריק דעם זייגער, ווייל נאך אביסל איז שוין שפעט. איינמאל די קינדער ווערן גרויס דעמאלט איז שוין אן אנדערע מעשה; אויב מען האט מחנך געווען די קינדער פון ווען זיי זענען יונג קען מען זיי נאך אפשר ווייטער מחנך זיין, אבער אז מען וועקט זיך אויף און מען וויל אנהייבן מחנך זיין פערצן יעריגע קינדער, דאס איז שוין נישט אזוי פשוט, דעמאלט קען מען שוין נישט וכו'.


מען טאר נישט מורא האבן צו פארלאנגען פון קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ; א טאטע דארף אויסלערנען פאר זיינע קינדער אז ווען א טאטע רעדט טאר מען נישט אריין רעדן, א טאטע דארף מחנך זיין זיינע קינדער אז ווען דער טאטע קומט אריין אין שטוב דארף מען זיך אויפשטעלן.


עס זענען דא עלטערן וואס טראכטן: 'עס פאסט מיר נישט צו פארלאנגען פון מיינע קינדער זיי זאל מיר מכבד זיין, עס זעט אויס ווי לכבוד עצמו אני דורש'; עס איז נישט אזוי, ווייל ווער דען זאל אויסלערנען פארן קינד ווי אזוי זיך צו פירן?


עס קומט מיר אויס צו שמועסן מיט בחורים, און אסאך מאל שטיי איך און איך וואונדער זיך, זעענדיג ווי קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט די א-ב פון כיבוד אב ואם, א-ב פון דרך ארץ; עס זעט אסאך מאל אויס ווי די קינדער זענען עזות פנימ'ער, עס איז אבער נישט אזוי, די קינדער זענען נישט שולדיג אז זייערע עלטערן האבן זיי נישט מחנך געווען.


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס איך שרייב דיר; איך וויל רעדן מיט דיר און דיין ווייב אויב מעגליך פערזענליך.


א פרייליכן חנוכה.