בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דארפסט נישט קענען לשון הקודש
צדיקים, חיזוק פאר מיידלעך, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז שלעכט אז דו קענסט ליינען אידיש, וואס דארפסטו קענען לשון קודש? עס זענען געווען גרויסע צדיקים וואס האבן באלאכטן די וועלט, וואס זייערע מאמע'ס האבן ניטאמאל געקענט עברי; זיי פלעגן בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער שפראך, אויף רוסיש און פויליש אז זיי זאלן זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט. זאלסטו ענדערש בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט".


זיי שטאלץ מיט דיין איידלקייט וועסטו זוכה זיין צו בנים צדיקים.