בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דיין ווייב וועט אי"ה האבן א גאנצע רפואה
רפואה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר זאלסט זיך נישט מייאש זיי! דער אייבערשטער איז דער רופא נאמן און ער וועט אויסהיילן דיין ווייב פון די ביטערע מחלה.


מיר האבן אויסגעטיילט פאר אלע קלאסן - סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך דיין ווייב'ס נאמען אז די קינדער זאלן בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר איר, און בזכות די אלע תפילות וועט זי האבן א גאנצע רפואה. זי וועט נישט דארפן אנקומען צו קיין דאקטורים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן א'): "כִּי כְּשֶׁנִּגְאֶלֶת הַתְּפִילָּה אָז נוֹפְלִים כָּל הָרְפוּאוֹת, כִּי נִתְרַפְּאִין עַל יְדֵי דְבַר ה'", ווען מען דאווענט צום אייבערשטן פאלן אוועק אלע רפואות, מען דארף מער נישט קיין רפואות ווייל מען ווערט אויסגעהיילט דורך דעם אייבערשטן אליינס, "וַאֲזַי כָּל הַדָּאקְטוֹרִים מִתְבַּיְּשִׁין בָּרְפוּאוֹת שֶׁלָּהֶם", דעמאלט שעמען זיך אלע דאקטורים מיט זייערע רפואות. "כִּי אֲזַי אֵין כֹּחַ לְשׁוּם רְפוּאָה כִּי כָל הָעֲשָׂבִים חוֹזְרִים כֹּחָם לְתוֹךְ הַתְּפִילָּה", ווייל אלע כוחות וואס ליגן אין די מעדעצינען גייען אריין אין די ווערטער פון תפילה און מען ווערט אויסגעהיילט דערמיט.


עס איז נישט גוט אז דו דרייסט זיך ארום מיט די מחשבה אז עס איז נישט דא וואס צו טון חס ושלום ווען מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס קען אלעס טון; אפילו די דאקטוירים געבן נישט קיין האפענונג בעט איך דיר: "שטארק זיך און גלייב אינעם אייבערשטן אז ער וועט אויסהיילן דיין ווייב"; זיי מחזק דיין ווייב תחי' און מאך איר פרייליך, אזוי וועט זי האבן כח און האבן א גאנצע רפואה.


געוואוין זיך צו צו געבן צדקה, און יעדעס מאל דו לייגסט אריין א פרוטה לצדקה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אז מיין ווייב ... זאל האבן א רפואה שלימה; האב רחמנות אויף איר, האב רחמנות אויף מיר און אויף מיינע צוויי קליינע קינדער וואס דארפן א מאמע"; אזוי זאלסטו בעטן יעדעס מאל דו לייגסט אריין א פרוטה לצדקה. און ווען דו האסט א שליח זאלסטו אריין שיקן די געלט און איך וועל דרוקן מיט דעם די הייליגע ספרים פון רבי'ן פאר איר זכות.


דער אייבערשטער זאל איר שיקן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.


א גוט שבת און א גוטן חודש.