בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דרוק אשר בנחל וועסטו געהאלפן ווערן, חיזוק פאר מלומדות
רפואה, מלמדים, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו האסט מיר געבעטן איך זאל שרייבן א בריוו פאר דיר און דיין ווייב ענק מחזק זיין אויף וואס איר גייט יעצט אריבער; איר זענט פארלוירן און מיואש פון דעם וואס מען האט געפונען ביי איר א חשש פון א געוויקס, דאס האט אייך אריין געווארפן אין א פחד בפרט יעצט ווען איינער פון די משפחה איז אוועק פון אזא מחלה.


איך בעט דיר זייער טייערער ... נרו יאיר, שטארק דיין ווייב תחי' זי זאל גלייבן אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן; מיר זענען אין זיינע הענט, ער איז דער רופא נאמן און ער וועט אויסהיילן דיין ווייב מיט א גאנצע רפואה.


בנוגע אז זי דארף אויפהערן נעמען וכו' וואס ברענגט אז יעצט ווערט פארדרייט אירע צייטן וכו' און איר האלט עס נישט אויס; עס איז כדאי צו נעמען א זכות אין דרוקן דעם ספר 'אשר בנחל', וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען אין זיין צוואה בזה הלשון: "אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן "אַשֶׁר בַּנַּחַל" וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".


בנוגע אז זייט דו ביסט געווארן א מלמד קומסט נישט אן צו לערנען דיינע שיעורים אזוי ווי אמאל; איך זאג שטענדיג פאר מיינע תלמידים וואס זענען מלמדים ווען זיי קומען צו מיר מיט די טענה אז זיי קומען נישט אן צו לערנען: "לערנען מיט קינדער איז מער ווי לערנען פאר זיך", ווייל ווען מען לערנט מיט קינדער איז דאס תורה לשמה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה מט:): אויפן פסוק (משלי לא, כו): "פִּיהָ פָּתְחָה בְחָכְמָה וְ'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז תורת חסד און וואס איז נישט קיין תורת חסד? נאר: "תּוֹרָה לִשְׁמָהּ זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד, שֶׁלֹא לִשְׁמָהּ זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁאֵינָהּ שֶׁל חֶסֶד", אזוי אויך: "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד, שֶׁלֹּא לְלַמְּדָהּ זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁאֵינָהּ שֶׁל חֶסֶד", ווען מען לערנט תורה מיט א צווייטן - בפרט מיט ריינע קינדער תינוקת של בית רבן וואס זענען נאך לויטער און ריין - דאס איז תורה לשמה, און עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון אזא תורה.


דאס אז דו האסט נישט קיין מנוחה און דו ווילסט ענדיגן ש"ס הונדערט און איין מאל - זייער גוט און זייער חשוב, מיט דיין רצון וועסטו עס נאך קענען ענדיגן בעזר ה', אבער די תורה וואס דו לערנסט מיט די קליינע קינדער דאס איז לויטער און ריין, ביים אייבערשטן אויבן אין הימל איז דאס די חשוב'סטע זאך.


זיי דיר מסדר צו לערנען ח"י פרקים משניות און דעם דף גמרא בבלי אזוי אויך דעם יום תהילים און דיין גאנצע חיות זאל זיין פון דיין מלמדות.


איך בין זייער פארנומען היינט, מיר האבן זיך אריבער געצויגן אין א נייעם פלאץ מיט די סקול, איך האב קוים צייט וכו'; איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.


שרייב מיר לכל הפחות איין מאל א וואך א בריוו, איך וויל זען ווי ענקער מצב ווערט בעסער און בעסער.