בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וויפיל משניות דארף מען לערנען יעדן טאג?
לימוד התורה, קדושה, משניות, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט ערהאלטן מיין בריוו און דו האסט שוין אנגעהויבן פאלגן די עצות פון הייליגן רבי'ן; דו האסט דיר געמאכט א שיעור אין משניות און דו שפירסט שוין בעסער און מער פרייליכער.


דאס וואס דו פרעגסט: "וואס מיינט כך וכך, וואס זאל מען לערנען און וויפיל איז דער שיעור?" מוהרא"ש זאגט אז ער האט מקובל אז דאס גייט ארויף אויף לימוד משניות; כך וכך איז אכצן פרקים משניות. ווער עס וויל ארויסקריכן פון די קליפות זאל זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות און דאס רייניגט דעם מענטש; משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז די ראשי תיבות פון  (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי" איז משנה, ווייל משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די שמוציגסטע פלעצער.


אז דו קענסט זאגן ח"י פרקים (אכצן פרקים) משניות - מה טוב, ווייל ח"י פרקים משניות מאכט אז דער מענטש זאל ווערן לויטער און עס געבט צוריק דעם מח פארן מענטש; ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה. די זרע קומט דאך פונעם מח און אז מען זינדיגט אין די עבירה רחמנא לצלן בלייבט מען אן א מח, דער מח ווערט אויסגעטריקנט וכו', דורכדעם פארלירט מען די אמונה און מען פארלירט אלעס, די איינציגסטע וועג ווי אזוי מען קען זיך נאך צוריק כאפן איז אז מען זאגט אסאך פרקים משניות, דעמאלט באקומט מען צוריק דעם מח.


אז דו קומסט נישט אן צו זאגן ח"י פרקים, זאלסטו זאגן וויפיל דו קענסט, אפילו איין פרק.


אויך זאלסטו זען צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט ווייל דיין מח איז דיר אויסגעריסן פון די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דאך זאלסטו לערנען גמרא מיט משניות אפילו אן פארשטיין, און דאס וועט דיר ראטעווען פון דיין ברענעדיגע יצר הרע; דאס איז דער עצה צו קענען ארויס קריכן פון די טיפע בלאטע פון עבירות.


בנוגע וואס פאר א ספרים פון רבי'ן דו זאלסט זיך מאכן א שיעור; דאס בעסטע פאר דיר איז אנהייבן מיט 'אוצר הקדושה'. אז דו פארשטייסט נישט קיין לשון הקודש זאלסטו אנהייבן מיט די אידישע קונטרסים וואס איז איבערגעדרוקט פון אוצר הקדושה: "ריינע אויגן", "הייליגע אויגן", "ליכטיגע אויגן", - דארט וועסטו טרעפן גוטע חיזוק זיך צו שטארקן אין קדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח אין בית המקדש (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.