בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי מצליח צו זיין אין געריכט
סגולות, עצות, צרות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב גרויס צער פון די גאנצע פרשה וואס דו גייסט אריבער ה"י; מען האט דיר צוגענומען דיינע קינדער דורך אן עלילת שוא אז דו און דיין ווייב פייניגן די קינדער. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נמתק ווערן פון דיר אלע דינים און אלעס זאל נתהפך ווערן לטובה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ליקוטי עצות, התחזקות, סימן לו): "וְיֵשׁ עִנְיָן שֶׁמִּתְהַפֵּךְ הַכֹּל לְטוֹבָה", דו זאלסט בקרוב צוריק באקומען דיינע קינדער און זיי מגדל זיין צוזאמען מיט דיין אשת חיל תחי' לתורה לחופה ולמעשים טובים.


אז דו דארפסט זיך שטעלן פרייטאג אין געריכט און מען גייט דיר אויספרעגן און דיר חוקר ודורש זיין אויף די מסירות וכו', וועל איך דיר דערציילן א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביים הייליגן רבי'ן.


א איד אין רבינ'ס צייטן האט געמאכט א געשעפט מיט די פריצים פון וויניצע, ער האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן מעל פאר די מיליטער, למעשה איז דאס זיי נישט געפאלן, ער האט זיך פאראמפערט מיט די רעגירונג און עס האט אים געווארט א משפט פון דיני נפשות; חוץ די געלט וואס זיי האבן פארלאנגט פון אים האבן זיי אים פערזענליך געוואלט שעדיגן.


דאס איז געווען פאר דעם יום טוב שבועות האט דער איד געטראכט אז ער וועט פארן צום רבי'ן אויף שבועות וועט ער זיך קענען דורך שמועסן מיטן רבי'ן וואס צו טון; יענעם יאר, שנת תקס"ו האט דער רבי געזאגט די תורה: "הַאי גַּבְרָא דְּאָזֵל בָּעֵי אִתְּתָא וְלָא קָיָהֲבִי לֵהּ (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט)", דער איד האט זיך גוט צוגעהערט צו די תורה, און ער האט געהערט ווי דער רבי זאגט: "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט, הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט. נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד): "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים - בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם".


וואס איז די עצה מען זאל וועלן אויסהערן דעם מענטש ווען ער רעדט? זאגט דער רבי: "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער הערט מען צו וואס מען רעדט, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, אז מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען אן וואס ער זאגט, אבער אז נישט זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת, הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


הערנדיג די תורה האט דער איד געטראכט צו זיך: איין מינוט, דער רבי רעדט דאך צו מיר, דער רבי זאגט דאך: "עַל יְדֵי שְׁבַח הַצַּדִּיקִים, הַדִּבּוּר נִשְׁמַע וְנִתְקַבֵּל", אז מען לויבט די צדיקים ווערט אנגענומען וואס מען זאגט; איז ער זייער נתעורר געווארן און ער האט געטראכט צו זיך: 'דאס דארף איך דאך יעצט, אז מיינע רייד זאלן ווערן אנגענומען ביי די פריצים, אזוי וועל איך געראטעוועט ווערן פון אלע צרות און נאך ארויס גיין מיט א גרויסע ריווח'.


ער האט ביי זיך אפ געמאכט אז דאס גייט ער טון; תיכף מוצאי יום טוב האט ער זיך ארויס געלאזט אויפן וועג קיין וויניצע צו די פריצים, און א גאנצע וועג האט ער נאר גערעדט בשבח הצדיקים, סיי פארן בעל עגלה האט ער במשך די גאנצע וועג דערציילט פון הייליגן רבי'ן ז"ל און סיי ווען מען איז אנגעקומען קיין וויניצע האט ער פאר יעדן איינעם פארציילט פון רבי'ן, אזוי אויך דארט וואו ער איז איינגעשטאנען האט ער גערעדט בשבח הצדיקים. און פלאי פלאים, ווען ער איז אנגעקומען צו די פריצים און פארגעלייגט זיינע טענות האט מען אים אויסגעהערט און אים געגעבן גרויס כבוד, ער איז געראטעוועט געווארן פון די סכנה און איז אהיים מיט א גרויסן ריווח (קוק נאך די מעשה אין ספר פעולת הצדיק אות תקצד, די גאנצע מעשה באריכות).


דער איד איז געקומען צו פארן צום רבי'ן אויף שבועות כדי צו רעדן פריוואט מיטן רבי'ן אויף זיין צרה, למעשה איז ער אהיים געפארן אן רעדן מיטן רבי'ן ווייל ער האט פארשטאנען אז דער רבי מיינט אים ביי די תורה.


דאס זעלבע זאלסטו טון; רעד נאר פון שבח הצדיקים מיט יעדן איינעם, וועלן דיינע דיבורים האבן חן און מען וועט דיר צוריק געבן דיינע קינדער.