בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען וועט נישט צונעמען אייערע קינדער
חיזוק פאר פרויען, קינדער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


האטס נישט מורא; מען וועט נישט צונעמען אייערע קינדער.


איר זאלט זאגן דעם אמת פאר'ן שופט, וואס די קינדער דערציילן; זיי וועלן דאס חוקר ודורש זיין, אויב עס וועט ארויסקומען אז דער טשעפעט די קינדער וועלן די קינדער מער נישט גיין צו אים, און אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן אז ער טשעפעט נישט די קינדער וועט ער יא קענען זען די קינדער, אבער איר דארפט נישט מורא האבן אז מען וועט אוועק נעמען די קינדער פון אייך.


שטארקטס אייך, זייטס נישט דערשראקן; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מח): די וועלט איז ווי א שמאלע בריק, "וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר הוּא לֹא לְהִתְפַּחֵד", דער עיקר איז מען זאל נישט מורא האבן; נעמט אריין אין זיך אמונה אז דער אייבערשטער וועט אויספירן צום גוטן.


מיר געפונען, ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים האבן זיי געזאגט שירה און מרים הנביאה האט גענומען א פויק (דראם) און אלע פרויען האבן געפויקט מיט פויקן, אזוי ווי עס שטייט (שמות טו, כ): "וַתִּקַּח מִרְיָם הַנְּבִיאָה אֲחוֹת אַהֲרֹן אֶת הַתֹּף בְּיָדָהּ וַתֵּצֶאןָ כָל הַנָּשִׁים אַחֲרֶיהָ בְּתֻפִּים וּבִמְחֹלֹת"; פון וואו האבן די פרויען געהאט פויקן? אין מדבר איז נישט דא קיין געשעפטן וואו מען קען קויפן פויקן, ווי אזוי איז אנגעקומען צו זיי פויקן? זאגט רש"י אז די ערליכע פרויען וואס האבן געהאט א שטארקע אמונה זענען געווען זיכער אז דער אייבערשטער גייט מאכן נאך גרויסע ניסים, האבן זיי מיט גענומען מיט זיך פון מצרים מוזיקאלישע אינסטרומענטן צו קענען לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן.


גרייטס אייך צו כלי זמר צו קענען דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער גייט מאכן מיט אייך.