בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווער נישט צעבראכן אז דו האסט פארלוירן דיין חשק צו לערנען
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אלעד.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר, שוין א לאנגע צייט וואס איך ווארט צו הערן פון דיר; פון דיין התמדת התורה, פון דיינע סיומים. האסט מיר ממש דערפריידט מיט די גוטע נייעס אז דו לערנסט ווייטער אויפ'ן רבינ'ס דרך הלימוד, דו האסט שוין מסיים געווען משניות און אפאר מסכתות אין ש"ס.


טייערער ..., ווער נישט צעבראכן אז דו האסט פארלוירן דיין חשק צו לערנען, ווער נישט צעקלאפט אז דו האסט נישט די חשק פון אמאל. וויסן זאלסטו אז אלע גרויסע מענטשן, אלע גדולי ישראל - זענען דאס אריבער; קוק וואס דער רבי זאגט (שבחי הר"ן, אות ח): "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, עס איז אים נישט אנגעקומען גרינג.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט ווייטער לערנען פלייסיג, ווארט נישט ביז דו וועסט האבן חשק, לערן אן חשק; מאך זיך כאילו דו האסט חשק, די חשק התורה וועט שפעטער קומען. מאך זיך א סדר וויפיל פרקים משניות און בלעטער גמרא דו לערנסט יעדן טאג, נישט קיין חילוק יא חשק נישט חשק, וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


נאך איין זאך, זיי זיך מתבודד יעדן טאג; זיך א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, גיי אהין פאר אפאר מינוט און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מאכן א חשק צו לערנען און דאווענען, זאג אים: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד"; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו אלע מדריגות. דער רבי האט אונז געזאגט כמה פעמים, מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר דורך די הנהגה פון התבודדות.


שרייב מיר נאך בריוו; שרייב מיר אלע דיינע סיומים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.